אידיש
1
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר קינדער פֿון ישׂראל, װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט די באַװױנער פֿון לאַנד, װײַל קײן אמת און קײן גענאָד, און קײן דערקענונג פֿון גאָט איז ניטאָ אין לאַנד.
2
שװערן און לײקענען און טײטן און גנבֿען און מזנה זײַן, זײַנען פֿאַרשפּרײט, און בלוט אָן בלוט רירט זיך אָן.
3
דרום װער טרױערן דאָס לאַנד, און פֿאַרװעלקט װערן װעט איטלעכער װױנער דערין, מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיטן פֿױגל פֿון הימל; און אַפֿילו די פֿישן פֿון ים װעלן אײַנגעטאָן װערן.
4
אָבער קײנער טאָר זיך ניט קריגן, און ניט שטראָפֿן טאָר קײנער, װאָרום דײַן פֿאָלק זײַנען אַזעלכע װאָס קריגן זיך מיטן כֹּהן.
5
דרום װעסטו שטרױכלען בײַ טאָג, און אױך דער נבֿיא װעט געשטרױכלט װערן מיט דיר בײַ נאַכט, און איך װעל פֿאַרשנײַדן דײַן מוטער.
6
פֿאַרשניטן װערט מײַן פֿאָלק פֿון ניט פֿאַרשטאַנדיקײט; װײַל דו האָסט פֿאַראַכט װיסן, דרום האָב איך דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן מיר אַ כֹּהן; אַז דו האָסט פֿאַרגעסן די תּוֹרה פֿון דײַן גאָט, װעל איך אױך פֿאַרגעסן אָן דײַנע קינדער.
7
װי זײ האָבן זיך געמערט, אַזױ האָבן זײ געזינדיקט צו מיר; װעל איך זײער כּבוד אױף שאַנד אומבײַטן.
8
זײ נערן זיך אױף די זינד פֿון מײַן פֿאָלק, און אױף זײער פֿאַרברעך קוקן זײ אױס.
9
דרום װעט זײַן, אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כֹּהן, און איך װעל זיך רעכענען מיט אים פֿאַר זײַנע װעגן, און זײַנע מעשׂים װעל איך אים אומקערן.
10
און זײ װעלן עסן און ניט זאַט װערן, זײ זײַנען מזַנה, אָבער זײ װעלן זיך ניט מערן; װײַל זײ האָבן אױפֿגעהערט אױף גאָט צו אַכטן.
11
זנות און װײַן און טרױבנזאַפֿט באַנעמט דאָס האַרץ.
12
מײַן פֿאָלק פֿרעגט בײַ זײ האָלץ, און זײַן שטעקן באַשײדט אים; װאָרום אַ גײַסט פֿון זנות האָט פֿאַרפֿירט, און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אונטער זײער גאָט.
13
אױף די שפּיצן בערג שלאַכטן זײ, און אױף די הײכן רײַכערן זײ, אונטער אײַכנבױם און טאָפּאָל און טערעבינט, װײַל זײַן שאָטן איז גוט. דרום זײַנען אײַערע טעכטער מזַנה, און אײַערע שניר זײַנען אומטרײַ
14
איך פֿאַרדענק ניט אײַערע טעכטער װאָס זײ זײַנען מזַנה, און אײַערע שניר װאָס זײ זײַנען אומטרײַ, אַז זײ אַלײן גײען מיט זוֹנות אַװעק, און מיט שאַנדװײַבער ברענגען זײ שלאַכטאָפּפֿער; און דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַרשטײט ניט, װערט געשטרױכלט.
15
אױב דו ישׂראל ביסט מזַנה, זאָל זיך יהודה ניט פֿאַרשולדיקן; און קומט ניט קײן גִלגָל, און גײט ניט אַרױף קײן בית-אָוֶן, און שװערט ניט: אַזױ װי יהוה לעבט!
16
װאָרום אַזױ װי אַ װידערשפּעניקע קו האָט װידערשפּעניקט ישׂראל; זאָל גאָט זײ אַצונד פֿיטערן װי אַ שעפּס אין דערברײטערניש?
17
באַהעפֿט צו געצנבילדער איז אפֿרים, לאָז אים צו רו.
18
גײט אָפּ זײער שִכּרות, זײַנען זײ אין זנות פֿאַרזונקען; אײַנגעליבט אין שאַנד זײַנען אירע באַשיצער.
19
דער װינט האָט זײ אײַנגעבונדן אין זײַנע פֿליגלען; און זײ װעלן זיך שעמען מיט זײערע שלאַכטאָפּפֿער.