אידיש
1
פֿאַרשולדיקט איז שוֹמרוֹן, װאָרום זי האָט װידערשפּעניקט אָן איר גאָט; דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן, זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן, און זײַנע טראָגעדיקע װעלן אױפֿגעשפּאָלטן װערן.
2
קער זיך אום, ישׂראל, צו יהוה דײַן גאָט, װאָרום האָסט געשטרױכלט דורך דײַנע זינד.
3
נעמט מיט אײַך װערטער, און קערט אײַך אום צו גאָט; זאָגט צו אים: פֿאַרגיב אַלע זינד, און נעם אָן דאָס גוטע; און לאָמיר צאָלן אָנשטאָט אָקסן מיט אונדזערע ליפּן.
4
אַשור װעט אונדז ניט העלפֿן, אױף פֿערד װעלן מיר ניט רײַטן, און מיר װעלן מער ניט זאָגן ״אונדזער גאָט״ צום װערק פֿון אונדזערע הענט; װאָרום דורך דיר װערט דערבאַרימט דער עלנדער.
5
איך װעל הײלן זײער אָפּקערונג, איך װעל זײ ליב האָבן האַרציק, װאָרום מײַן צאָרן האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים.
6
איך װעל זײַן װי דער טױ צו ישׂראל; ער װעט בליען װי אַ ליליע, און שלאָגן זײַנע װאָרצלען װי דער לבָנוֹן.
7
זײַנע צװײַגן װעלן זיך שפּרײַטן, און זײַן גלאַנץ װעט זײַן װי פֿון אײלבערטבױם, און אַ ריח װעט ער האָבן װי דער לבָנוֹן.
8
די װאָס זיצן אין זײַן שאָטן װעלן װידער אױפֿברענגען תּבואה, און זײ װעלן בליען װי אַ װײַנשטאָק; זײַן דופֿט װי דער װײַן פֿון לבָנוֹן.
9
אפֿרים װעט זאָגן: װאָס קער איך זיך אָן מער מיט געצנבילדער. איך ענטפֿער, און װעל אים אָנקוקן; איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער ציפּרעס; פֿון מיר װערט געקראָגן דײַן פֿרוכט.
10
װער קלוג איז זאָל דאָס פֿאַרשטײן, װער פֿאַרשטאַנדיק זאָל עס מערקן, װאָרום רעכטפֿאַרטיק זײַנען די װעגן פֿון גאָט, און די גערעכטע גײען אין זײ, און די פֿאַרברעכער װערן געשטרױכלט אין זײ.