Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַז אפֿרים האָט גערעדט איז געװען אַ ציטערניש, דער הױב איז ער געװען אין ישׂראל; האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט מיט בעַל, און איז געשטאָרבן. 2 און אַצונד זינדיקן זײ אַלץ מער, אונהאָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן בילד פֿון זײער זילבער, געצן לױט זײער שׂכל, דאָס װערק פֿון מײַנסטערס אַלע. אױף זײ קען מען זאָגן: מענטשן שעכטן זײ, קעלבער קושן זײ. 3 דרום װעלן זײ זײַן װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן, און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי, װי שפּרײ װאָס װערט אַװעקגעבלאָזן פֿון שײַער, און װי רױך דורכן פֿענצטער. 4 און איך בין יהוה דײַן גאָט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, און קײן גאָט אַחוץ מיר קענסטו ניט, און ניטאָ קײן העלפֿער אױסער מיר. 5 איך האָב דיך דערקענט אין דער מדבר, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש. 6 װי זײ האָבן זיך געפֿיטערט, אַזױ זײַנען זײ זאַט געװאָרן; זײ זײַנען זאַט געװאָרן, און זײער האַרץ האָט זיך דערהױבן, דערפֿאַר האָבן זײ פֿאַרגעסן אָן מיר. 7 דרום בין איך צו זײ װי אַ לײב געװאָרן, װי אַ לעמפּערט אױפֿן װעג װעל איך לױערן; 8 איך װעל זײ באַגעגענען װי אַ בערינטע פֿון קינדער באַרױבט, און איך װעל אױפֿרײַסן דעם שײד פֿון זײער האַרצן, און װעל זײ אױפֿעסן דאָרטן װי אַ לײבינטע; די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ צערײַסן. 9 דיך האָט אומגעבראַכט ישׂראל, װאָס דו ביסט קעגן מיר, קעגן דײַן הילף. 10 װוּ דען איז דײַן מלך, ער זאָל דיך העלפֿן אין אַלע דײַנע שטעט? און דײַנע ריכטער, װאָס דו האָסט געזאָגט: גיב מיר אַ מלך און האַרן? 11 איך גיב דיר אַ מלך אין מײַן כּעס, און נעם אַװעק אין מײַן גרימצאָרן. 12 אײַנגעבונדן איז די זינד פֿון אפֿרים, באַהאַלטן איז זײַן חטא. 13 װײען פֿון אַ געװינערין װעלן קומען אױף אים; אַ ניט קלוג קינד איז ער, װאָרום עס איז צײַט, ער זאָל ניט שטײן בלײַבן אין דעם געבעראָרט פֿון קינדער. 14 זאָל איך פֿון דער האַנט פֿון אונטערערד זײ אױסלײזן? זאָל איך פֿון טױט זײ אױסקױפֿן? װוּ זײַנען דײַנע מגפֿות, טױט? װוּ דײַן פּעסט, אונטערערד? דערבאַרימונג זאָל פֿאַרבאָרגן זײַן פֿון מײַנע אױגן. 15 װאָרום ער מעג װאַקסן צװישן טײַכגראָזן, װעט קומען אַ מזרח-װינט, אַ שטורעם פֿון גאָט פֿון מדבר גײט אױף און טרוקן װערן װעט זײַן ברונעם, און אױסטריקענען װעט זײַן קװאַל; ער װעט צערױבן דעם שאַץ פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.
עברית
1 כְּדַבֵּ֤ר אֶפְרַ֙יִם֙ רְתֵ֔ת נָשָׂ֥א ה֖וּא בְּיִשְׂרָאֵ֑ל וַיֶּאְשַׁ֥ם בַּבַּ֖עַל וַיָּמֹֽת׃ 2 וְעַתָּ֣ה יוֹסִ֣פוּ לַחֲטֹ֗א וַיַּעְשׂ֣וּ לָהֶם֩ מַסֵּכָ֨ה מִכַּסְפָּ֤ם כִּתְבוּנָם֙ עֲצַבִּ֔ים מַעֲשֵׂ֥ה חָרָשִׁ֖ים כֻּלֹּ֑ה לָהֶם֙ הֵ֣ם אֹמְרִ֔ים זֹבְחֵ֣י אָדָ֔ם עֲגָלִ֖ים יִשָּׁקֽוּן׃ 3 לָכֵ֗ן יִֽהְיוּ֙ כַּעֲנַן־בֹּ֔קֶר וְכַטַּ֖ל מַשְׁכִּ֣ים הֹלֵ֑ךְ כְּמֹץ֙ יְסֹעֵ֣ר מִגֹּ֔רֶן וּכְעָשָׁ֖ן מֵאֲרֻבָּֽה׃ 4 וְאָנֹכִ֛י יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ מֵאֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם וֵאלֹהִ֤ים זֽוּלָתִי֙ לֹ֣א תֵדָ֔ע וּמוֹשִׁ֥יעַ אַ֖יִן בִּלְתִּֽי׃ 5 אֲנִ֥י יְדַעְתִּ֖יךָ בַּמִּדְבָּ֑ר בְּאֶ֖רֶץ תַּלְאֻבֽוֹת׃ 6 כְּמַרְעִיתָם֙ וַיִּשְׂבָּ֔עוּ שָׂבְע֖וּ וַיָּ֣רָם לִבָּ֑ם עַל־כֵּ֖ן שְׁכֵחֽוּנִי׃ 7 וָאֱהִ֥י לָהֶ֖ם כְּמוֹ־שָׁ֑חַל כְּנָמֵ֖ר עַל־דֶּ֥רֶךְ אָשֽׁוּר׃ 8 אֶפְגְּשֵׁם֙ כְּדֹ֣ב שַׁכּ֔וּל וְאֶקְרַ֖ע סְג֣וֹר לִבָּ֑ם וְאֹכְלֵ֥ם שָׁם֙ כְּלָבִ֔יא חַיַּ֥ת הַשָּׂדֶ֖ה תְּבַקְּעֵֽם׃ 9 שִֽׁחֶתְךָ֥ יִשְׂרָאֵ֖ל כִּֽי־בִ֥י בְעֶזְרֶֽךָ׃ 10 אֱהִ֤י מַלְכְּךָ֙ אֵפ֔וֹא וְיוֹשִֽׁיעֲךָ֖ בְּכָל־עָרֶ֑יךָ וְשֹׁ֣פְטֶ֔יךָ אֲשֶׁ֣ר אָמַ֔רְתָּ תְּנָה־לִּ֖י מֶ֥לֶךְ וְשָׂרִֽים׃ 11 אֶֽתֶּן־לְךָ֥ מֶ֙לֶךְ֙ בְּאַפִּ֔י וְאֶקַּ֖ח בְּעֶבְרָתִֽי׃   ס 12 צָרוּר֙ עֲוֺ֣ן אֶפְרָ֔יִם צְפוּנָ֖ה חַטָּאתֽוֹ׃ 13 חֶבְלֵ֥י יֽוֹלֵדָ֖ה יָבֹ֣אוּ ל֑וֹ הוּא־בֵן֙ לֹ֣א חָכָ֔ם כִּֽי־עֵ֥ת לֹֽא־יַעֲמֹ֖ד בְּמִשְׁבַּ֥ר בָּנִֽים׃ 14 מִיַּ֤ד שְׁאוֹל֙ אֶפְדֵּ֔ם מִמָּ֖וֶת אֶגְאָלֵ֑ם אֱהִ֨י דְבָרֶיךָ֜ מָ֗וֶת אֱהִ֤י קָֽטָבְךָ֙ שְׁא֔וֹל נֹ֖חַם יִסָּתֵ֥ר מֵעֵינָֽי׃ 15 כִּ֣י ה֔וּא בֵּ֥ן אַחִ֖ים יַפְרִ֑יא יָב֣וֹא קָדִים֩ ר֨וּחַ יְהוָ֜ה מִמִּדְבָּ֣ר עֹלֶ֗ה וְיֵב֤וֹשׁ מְקוֹרוֹ֙ וְיֶחֱרַ֣ב מַעְיָנ֔וֹ ה֣וּא יִשְׁסֶ֔ה אוֹצַ֖ר כָּל־כְּלִ֥י חֶמְדָּֽה׃