Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַרומגערינגלט מיט ליגן האָט מיך אפֿרים, און מיט באַטרוג דאָס הױז פֿון ישׂראל; און יהודה איז נאָך אַלץ פֿרײַגעלאָזט מיט גאָט, און מיט דעם הײליקן געטרײַען. 2 אפֿרים לױפֿט נאָך װינט, און יאָגט זיך נאָך מזרח-װינט, אַ גאַנצן טאָג מערט ער ליגן און רױב; און אַ בונד מיט אַשור שליסן זײ, און אײל װערט קײן מִצרַיִם געפֿירט. 3 אָבער גאָט האָט אַ קריג מיט יהודה, און װעט זיך רעכענען מיט יעקב לױט זײַנע װעגן, לױט זײַנע מעשׂים װעט ער אים אומקערן. 4 אין מוטערלײַב האָט ער בײַם טריט געכאַפּט זײַן ברודער, און מיט זײַן כּוֹח האָט ער געשטריטן מיט אַ גאָט; 5 יאָ, ער האָט געשטריטן קעגן אַ מלאך און איז בײַגעקומען; ער האָט געװײנט און זיך געבעטן בײַ אים: אין בית-אֵל װעט ער אים טרעפֿן, און דאָרטן װעט ער רעדן מיט אים. 6 און יהוה איז דער גאָט פֿון צבָאוֹת, יהוה איז זײַן געדעכעניש. 7 דרום זאָלסט דו צו דײַן גאָט זיך אומקערן; פֿרומקײט און גערעכטיקײט היט אָפּ, און האָף צו דײַן גאָט תּמיד. 8 כּנַעַן האָט פֿאַלשע װאָגשאָלן אין זײַן האַנט, צו באַרױבן האָט ער ליב. 9 און אפֿרים זאָגט: פֿאַר װאָר, איך בין רײַך, איך האָב מיר דערגרײַכט אַ פֿאַרמעג; אין אַל מײַן מי װעט מען בײַ מיר ניט געפֿינען אַן אומרעכט װאָס איז אַ זינד. 10 אָבער איך בין יהוה דײַן גאָט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, איך װעל דיך װידער מאַכן װוינען אין געצעלטן, װי אין די טעג פֿון יענער צײַט. 11 און איך האָב גערעדט צו די נבֿיאים, און איך האָב זעאונגנען געמערט, און דורך די נבֿיאים פֿלעג איך משלים געבן. 12 אַז גִלעָד איז נישטיקײט, לױטער פֿאַלשקײט זײַנען זײ געװאָרן! אין גִלגָל האָבן זײ אָקסן געשלאַכט; יאָ, זײערע מזבחות זײַנען װי הױפֿנס אױף די בײַטן פֿון פֿעלד. 13 און יעקב איז אַנטלאָפֿן אין פֿעלד פֿון אַרָם, און ישׂראל האָט געדינט אום אַ װײַב, און אום אַ װײַב האָט ער שאָף געהיט. 14 און דורך אַ נבֿיא האָט גאָט אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון מִצרַיִם, און דורך אַ נבֿיא איז ער אָפּגעהיט געװאָרן. 15 ביטער דערצערנט האָט אפֿרים, דרום װעט ער אױסלאָזן זײַן בלוט אױף אים, און זײַן לעסטערונג װעט אים אומקערן זײַן האַר.
עברית
1 סְבָבֻ֤נִי בְכַ֙חַשׁ֙ אֶפְרַ֔יִם וּבְמִרְמָ֖ה בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֑ל וִֽיהוּדָ֗ה עֹ֥ד רָד֙ עִם־אֵ֔ל וְעִם־קְדוֹשִׁ֖ים נֶאֱמָֽן׃ 2 אֶפְרַ֜יִם רֹעֶ֥ה ר֙וּחַ֙ וְרֹדֵ֣ף קָדִ֔ים כָּל־הַיּ֕וֹם כָּזָ֥ב וָשֹׁ֖ד יַרְבֶּ֑ה וּבְרִית֙ עִם־אַשּׁ֣וּר יִכְרֹ֔תוּ וְשֶׁ֖מֶן לְמִצְרַ֥יִם יוּבָֽל׃ 3 וְרִ֥יב לַֽיהוָ֖ה עִם־יְהוּדָ֑ה וְלִפְקֹ֤ד עַֽל־יַעֲקֹב֙ כִּדְרָכָ֔יו כְּמַעֲלָלָ֖יו יָשִׁ֥יב לֽוֹ׃ 4 בַּבֶּ֖טֶן עָקַ֣ב אֶת־אָחִ֑יו וּבְאוֹנ֖וֹ שָׂרָ֥ה אֶת־אֱלֹהִֽים׃ 5 וָיָּ֤שַׂר אֶל־מַלְאָךְ֙ וַיֻּכָ֔ל בָּכָ֖ה וַיִּתְחַנֶּן־ל֑וֹ בֵּֽית־אֵל֙ יִמְצָאֶ֔נּוּ וְשָׁ֖ם יְדַבֵּ֥ר עִמָּֽנוּ׃ 6 וַֽיהוָ֖ה אֱלֹהֵ֣י הַצְּבָא֑וֹת יְהוָ֖ה זִכְרֽוֹ׃ 7 וְאַתָּ֖ה בֵּאלֹהֶ֣יךָ תָשׁ֑וּב חֶ֤סֶד וּמִשְׁפָּט֙ שְׁמֹ֔ר וְקַוֵּ֥ה אֶל־אֱלֹהֶ֖יךָ תָּמִֽיד׃ 8 כְּנַ֗עַן בְּיָד֛וֹ מֹאזְנֵ֥י מִרְמָ֖ה לַעֲשֹׁ֥ק אָהֵֽב׃ 9 וַיֹּ֣אמֶר אֶפְרַ֔יִם אַ֣ךְ עָשַׁ֔רְתִּי מָצָ֥אתִי א֖וֹן לִ֑י כָּל־יְגִיעַ֕י לֹ֥א יִמְצְאוּ־לִ֖י עָוֺ֥ן אֲשֶׁר־חֵֽטְא׃ 10 וְאָנֹכִ֛י יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ מֵאֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם עֹ֛ד אוֹשִֽׁיבְךָ֥ בָאֳהָלִ֖ים כִּימֵ֥י מוֹעֵֽד׃ 11 וְדִבַּ֙רְתִּי֙ עַל־הַנְּבִיאִ֔ים וְאָנֹכִ֖י חָז֣וֹן הִרְבֵּ֑יתִי וּבְיַ֥ד הַנְּבִיאִ֖ים אֲדַמֶּֽה׃ 12 אִם־גִּלְעָ֥ד אָ֙וֶן֙ אַךְ־שָׁ֣וְא הָי֔וּ בַּגִּלְגָּ֖ל שְׁוָרִ֣ים זִבֵּ֑חוּ גַּ֤ם מִזְבְּחוֹתָם֙ כְּגַלִּ֔ים עַ֖ל תַּלְמֵ֥י שָׂדָֽי׃ 13 וַיִּבְרַ֥ח יַעֲקֹ֖ב שְׂדֵ֣ה אֲרָ֑ם וַיַּעֲבֹ֤ד יִשְׂרָאֵל֙ בְּאִשָּׁ֔ה וּבְאִשָּׁ֖ה שָׁמָֽר׃ 14 וּבְנָבִ֕יא הֶעֱלָ֧ה יְהוָ֛ה אֶת־יִשְׂרָאֵ֖ל מִמִּצְרָ֑יִם וּבְנָבִ֖יא נִשְׁמָֽר׃ 15 הִכְעִ֥יס אֶפְרַ֖יִם תַּמְרוּרִ֑ים וְדָמָיו֙ עָלָ֣יו יִטּ֔וֹשׁ וְחֶ֨רְפָּת֔וֹ יָשִׁ֥יב ל֖וֹ אֲדֹנָֽיו׃