Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַז ישׂראל איז יונג געװען האָב איך אים ליב געהאַט, און פֿון מִצרַיִם האָב איך גערופֿן מײַן זון. 2 װי זײ האָבן גערופֿן צו זײ, אַזױ זײַנען זײ אַװעק פֿון זײ; צו די בעַל-געטער האָבן זײ געשלאַכט, און צו די געצן האָבן זײ גערײכערט. 3 און איך האָב געלערנט גײן אפֿרים, זײ פֿאַר זײערע אָרעמס גענומען, און זײ האָבן ניט געמערקט אַז איך האָב זײ פֿאַרהיט. 4 מיט מענטשלעכע שטריק האָב איך זײ צוגעצױגן, מיט שנורן פֿון ליבשאַפֿט, און איך בין זײ געװען װי די אַראָפּנעמער פֿון דעם יאָך אױף זײערע קינבאַקן: און עסן פֿלעג איך אים דערלאַנגען. 5 ער װעט זיך ניט אומקערן קײן לאַנד מִצרַים, אָבער אַשור, ער װעט זײַן מלך זײַן, װײַל זײ האָבן ניט געװאָלט צוריקקערן. 6 און אַ שװערד װעט פֿאַלן אין זײַנע שטעט, און װעט פֿאַרלענדן זײַנע ריגלען און פֿאַרצערן, פֿון װעגן זײערע באַראָטונגען. 7 און מײַן פֿאָלק קװענקלט זיך אומצוקערן צו מיר, און מע רופֿט אים צו דער הײך, אָבער ער טוט זיך ניט דערהײבן. 8 װי קען איך דיך איבערגעבן, אפֿרים? דיך איבערענטפֿערן, ישׂראל? װי קען איך דיך מאַכן װי אַדמָה? דיך לאָזן װערן װי צבֹאים? מײַן האַרץ קערט זיך אום אין מיר, מײַן גאַנצע רחמנות צינדט זיך אָן. 9 איך װעל ניט אױספֿירן מײַן גרימצאָרן, איך װעל מער ניט אומברענגען אפֿרים; װאָרום גאָט בין איך און ניט אַ מענטש – דער הײליקער צװישן דיר – און איך װעל ניט קומען מיט צאָרן. 10 נאָך יהוה װעלן זײ גײן – אַזו װי אַ לײב װעט ער ברילן; יאָ, ער װעט ברילן, און די קינדער װעלן אײַלן פֿון מערב. 11 זײ װעלן אײַלן װי אַ פֿױגל, פֿון מִצרַיִם, און װי אַ טױב, פֿון לאַנד אַשור, און איך װעל זײ באַזעצן אין זײערע הײַזער, זאָגט גאָט.
עברית
1 כִּ֛י נַ֥עַר יִשְׂרָאֵ֖ל וָאֹהֲבֵ֑הוּ וּמִמִּצְרַ֖יִם קָרָ֥אתִי לִבְנִֽי׃ 2 קָרְא֖וּ לָהֶ֑ם כֵּ֚ן הָלְכ֣וּ מִפְּנֵיהֶ֔ם לַבְּעָלִ֣ים יְזַבֵּ֔חוּ וְלַפְּסִלִ֖ים יְקַטֵּרֽוּן׃ 3 וְאָנֹכִ֤י תִרְגַּ֙לְתִּי֙ לְאֶפְרַ֔יִם קָחָ֖ם עַל־זְרֽוֹעֹתָ֑יו וְלֹ֥א יָדְע֖וּ כִּ֥י רְפָאתִֽים׃ 4 בְּחַבְלֵ֨י אָדָ֤ם אֶמְשְׁכֵם֙ בַּעֲבֹת֣וֹת אַהֲבָ֔ה וָאֶהְיֶ֥ה לָהֶ֛ם כִּמְרִ֥ימֵי עֹ֖ל עַ֣ל לְחֵיהֶ֑ם וְאַ֥ט אֵלָ֖יו אוֹכִֽיל׃ 5 לֹ֤א יָשׁוּב֙ אֶל־אֶ֣רֶץ מִצְרַ֔יִם וְאַשּׁ֖וּר ה֣וּא מַלְכּ֑וֹ כִּ֥י מֵאֲנ֖וּ לָשֽׁוּב׃ 6 וְחָלָ֥ה חֶ֙רֶב֙ בְּעָרָ֔יו וְכִלְּתָ֥ה בַדָּ֖יו וְאָכָ֑לָה מִֽמֹּעֲצ֖וֹתֵיהֶֽם׃ 7 וְעַמִּ֥י תְלוּאִ֖ים לִמְשֽׁוּבָתִ֑י וְאֶל־עַל֙ יִקְרָאֻ֔הוּ יַ֖חַד לֹ֥א יְרוֹמֵם׃ 8 אֵ֞יךְ אֶתֶּנְךָ֣ אֶפְרַ֗יִם אֲמַגֶּנְךָ֙ יִשְׂרָאֵ֔ל אֵ֚יךְ אֶתֶּנְךָ֣ כְאַדְמָ֔ה אֲשִֽׂימְךָ֖ כִּצְבֹאיִ֑ם נֶהְפַּ֤ךְ עָלַי֙ לִבִּ֔י יַ֖חַד נִכְמְר֥וּ נִחוּמָֽי׃ 9 לֹ֤א אֶֽעֱשֶׂה֙ חֲר֣וֹן אַפִּ֔י לֹ֥א אָשׁ֖וּב לְשַׁחֵ֣ת אֶפְרָ֑יִם כִּ֣י אֵ֤ל אָֽנֹכִי֙ וְלֹא־אִ֔ישׁ בְּקִרְבְּךָ֣ קָד֔וֹשׁ וְלֹ֥א אָב֖וֹא בְּעִֽיר׃ 10 אַחֲרֵ֧י יְהוָ֛ה יֵלְכ֖וּ כְּאַרְיֵ֣ה יִשְׁאָ֑ג כִּֽי־ה֣וּא יִשְׁאַ֔ג וְיֶחֶרְד֥וּ בָנִ֖ים מִיָּֽם׃ 11 יֶחֶרְד֤וּ כְצִפּוֹר֙ מִמִּצְרַ֔יִם וּכְיוֹנָ֖ה מֵאֶ֣רֶץ אַשּׁ֑וּר וְהוֹשַׁבְתִּ֥ים עַל־בָּתֵּיהֶ֖ם נְאֻם־יְהוָֽה׃   ס