אידיש
1
אַ געראָטענער װײַנשטאָק איז ישׂראל געװען, זײַן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן; איז, װאָס מערער זײַן פֿרוכט, האָט ער מזבחות געמערט, װאָס שענער זײַן לאַנד, האָבן זײ שענערע זײַלשטײנער געמאַכט.
2
זײער האַרץ איז צעטײלט; אַצונד װעלן זײ זײער שולד לײַדן; ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות, ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע זײַלשטײנער.
3
פֿאַר װאָר, אַצונד װעלן זײ זאָגן: ניטאָ קײן מלך בײַ אונדז, װײַל מיר האָבן ניט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט; און דער מלך, װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז?
4
זײ רעדן גערײדן, שװערן פֿאַלש, שליסן אַ בונד, אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.
5
אום די קעלבער פֿון בית-אָוֶן װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן; װאָרום זײַן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן, און זײַנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים, װעגן זײַן כּבוד װאָס איז אַװעק פֿון אים.
6
אים אױך װעט מען קײן אַשור אַװעקפֿירן, אַ מתּנה צום מלך ״שטרײטער״; שאַנד װעט קריגן אפֿרים, און ישׂראל װעט זיך שעמען מיט זײַן באַראָט.
7
פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן, אַזױ װי שױם אױפֿן װאַסער.
8
און פֿאַרטיליקט װערן װעלן די במות פֿון אָוֶן, די זינד פֿון ישׂראל; דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות און זײ װעלן זאָגן צו די בערג: דעקט אונדז צו! און צו די הײכן: פֿאַלט אױף אונדז אַרױף!
9
מער װי אין די טעג פֿון גִבעָה האָסטו געזינדיקט, ישׂראל; דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט; פֿאַר זײ אָבער װעט ניט קלעקן אַ מלחמה װי אין גִבעָה אַקעגן די פֿאַרברעכער.
10
װען איך טו באַגערן, װעל איך זײ שטראָפֿן, און פֿעלקער װעלן זיך אײַנזאַמלן קעגן זײ, װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען.
11
און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס, צו דרעשן האָט עס ליב; אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען איבער איר פֿעטן האַלדז: איך װעל אײַנשפּאַנען אפֿרים, אַקערן זאָל יהודה, בראָנעװען זאָל יעקב.
12
זײֵט אײַך פֿאַר גערעכטיקײט, װעט איר שנײַדן לױט גענאָד; אַקערט אײַך אַן אַקער, װאָרום עס איז צײַט צו זוכן גאָט, ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף אײַך גערעכטיקײט.
13
איר האָט געאַקערט שלעכטס, האָט איר אומרעכט געשניטן, האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן; װאָרום האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װעג, אױף די פֿיל גיבוֹרים דײַנע.
14
דרום װעט אױפֿשטײן אַ חורבן אױף דײַנע מחנות, און אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן, װי שַלמַן האָט פֿאַרװיסט בית-אַרבֵאל, אין טאָג פֿון מלחמה – מוטערס מיט קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן.
15
אַזױ האָט געטאָן צו אײַך בית-אֵל, פֿון װעגן אײַער בײזער שלעכטיקײט; אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן דער מלך פֿון ישׂראל.