אידיש
1
דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו הוֹשֵעַ דעם זון פֿון באֵרין, אין די טעג פֿון עוזִיָה, יוֹתָם, אָחז, יחִזקִיָה, די מלכים פֿון יהודה, און אין די טעג פֿון יָרָבעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון ישׂראל.
2
דאָס ערשטע װאָס גאָט האָט גערעדט צו הוֹשֵעַן, האָט גאָט געזאָגט צו הוֹשֵעַן: גײ נעם דיר אַ װײַב אַ זוֹנה, און קינדער פֿון אַ זוֹנה, װאָרום מזַנה טוט מזַנה זײַן דאָס לאַנד, אַװעק פֿון הינטער גאָט.
3
איז ער געגאַנגען און האָט גענומען גוֹמֶר די טאָכטער פֿון דִבלַימען, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט אים געבאָרן אַ זון.
4
און גאָט האָט צו אים געזאָגט: רוף זײַן נאָמען יִזרְעֶאל, װאָרום נאָך אַ קלײן װײַלע, און איך װעל זיך רעכענען פֿאַר דעם בלוט פֿון יִזרְעֶאל מיט דעם הױז פֿון יֵהוא, און איך װעל פֿאַרשטערן די מלוכה פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל.
5
און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך צעברעכן דעם בױגן פֿון ישׂראל אין טאָל יִזרְעֶאל.
6
און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ טאָכטער. און ער האָט צו אים געזאָגט: רוף איר נאָמען לֹא-רוחָמָה, װאָרום איך װעל מער װידער ניט רחמנות האָבן אויף דעם הויז פוּן ישׂראל, אַז פאַרגעבּן זאָל איך זיי פאַרגעבּן.
7
אָבּער אויף דעם הויז פוּן יהוּדה וועל איך רחמנות האָבּן, אוּן איך וועל זיי העלפן דוּרך יהוה זייער גאָט, אוּן איך וועל זיי ניט העלפן דוּרך בּויגן אוּן דוּרך שווערד אוּן דוּרך מלחמה, דוּרך פערד אוּן דוּרך רייטער.
8
אוּן זי האָט אַנטוווֹינט לֹא־רוּחָמָהן, אוּן זי איז טראָגעריק געוואָרן, אוּן האָט געבּאָרן אַ זוּן.
9
אוּן ער האָט געזאָגט: רוּף זיין נאָמען לֹא־עַמי, וואָרום איר זייט ניט מיין פאָלק, אוּן איך בּין ניט אַייערער.