Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אַ הױכער קָול האָט אױסגערופֿן אין מײַן אױער, אַזױ צו זאָגן: מאַכט גענענען די װאָס זײַנען געזעצט אױף דער שטאָט, און איטלעכן מיט זײַן צעשטערגעצײַג אין זײַן האַנט. 2 ערשט זעקס מענער זײַנען אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון דעם אױבערשטן טױער װאָס איז געקערט צו צפֿון, און איטלעכער מיט זײַן ברעכגעצײַג אין זײַן האַנט, און אײן מאַן צװישן זײ אָנגעטאָן אין לײַנען מיט אַ שרײַבערס טינטהאָרן אױף זײַנע לענדן. און זײ זײַנען געקומען, און האָבן זיך געשטעלט לעבן דעם קופּערנעם מזבח. 3 און די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער דעם כּרובֿ װאָס זי איז אױף אים געװען, צו דעם שװעל פֿון הױז; און ער האָט גערופֿן צו דעם מאַן אָנגעטאָן אין לײַנען, װאָס אַ שרײַבערס טינטהאָרן איז געװען אױף זײַנע לענדן. 4 און גאָט האָט צו אים געזאָגט: גײ דורך אין מיטן שטאָט, אין מיטן ירושלים, און זאָלסט אָנצײכענען אַ צײכן אױף די שטערנס פֿון די מענטשן װאָס זיפֿצן און קרעכצן אױף אַלע אומװערדיקײטן װאָס װערן געטאָן אין איר. 5 און צו יענע האָט ער געזאָגט פֿאַר מײַנע אױערן: גײט דורך אין שטאָט הינטער אים, און שלאָגט; אײַער אױג זאָל ניט שױנען, און איר זאָלט ניט דערבאַרימען. 6 אַ זקן, אַ בחור און אַ מײדל, און קלײנע קינדער און װײַבער, זאָלט איר הרגען צום טױט, נאָר צו קײן מענטשן װאָס אױף אים איז דער צײכן, זאָלט איר ניט גענענען; און פֿון מײַן הײליקטום זאָלט איר אָנהײבן. האָבן זײ אָנגעהױבן פֿון די אַלטע לײַט װאָס פֿאַרן הױז. 7 און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַראומרײניקט דאָס הױז, און פֿילט אָן די הױפֿן מיט דערשלאָגענע; גײט אַרױס! און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן געשלאָגן אין שטאָט. 8 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געשלאָגן, און איך בין געבליבן אַלײן, אַזױ בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געשריִען, און געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, װילסטו אומברענגען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון ישׂראל מיט װאָס דו גיסט אױס דײַן גרימצאָרן אױף ירושלים? 9 האָט ער צו מיר געזאָגט: די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל און יהוּדה איז זײער זײער גרױס, און דאָס לאַנד איז אָנגעפֿילט מיט בלוט, און די שטאָט איז פֿול מיט אומגערעכטיקײט, װאָרום זײ זאָגן: פֿאַרלאָזן האָט גאָט דאָס לאַנד, און גאָט זעט ניט. 10 דרום װעט אױך מײַן אױג ניט שױנען, און איך װעל ניט דערבאַרימען; זײער װעג װעל איך פֿאַרגעלטן אױף זײער קאָפּ. 11 ערשט דער מאַן אָנגעטאָן אין לײַנען װאָס דער טינטהאָרן איז געװען אױף זײַנע לענדן, האָט געבראַכט אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן.
עברית
1 וַיִּקְרָ֣א בְאָזְנַ֗י ק֤וֹל גָּדוֹל֙ לֵאמֹ֔ר קָרְב֖וּ פְּקֻדּ֣וֹת הָעִ֑יר וְאִ֛ישׁ כְּלִ֥י מַשְׁחֵת֖וֹ בְּיָדֽוֹ׃ 2 וְהִנֵּ֣ה שִׁשָּׁ֣ה אֲנָשִׁ֡ים בָּאִ֣ים מִדֶּרֶךְ־שַׁ֨עַר הָעֶלְי֜וֹן אֲשֶׁ֣ר מָפְנֶ֣ה צָפ֗וֹנָה וְאִ֨ישׁ כְּלִ֤י מַפָּצוֹ֙ בְּיָד֔וֹ וְאִישׁ־אֶחָ֤ד בְּתוֹכָם֙ לָבֻ֣שׁ בַּדִּ֔ים וְקֶ֥סֶת הַסֹּפֵ֖ר בְּמָתְנָ֑יו וַיָּבֹ֙אוּ֙ וַיַּ֣עַמְד֔וּ אֵ֖צֶל מִזְבַּ֥ח הַנְּחֹֽשֶׁת׃ 3 וּכְב֣וֹד אֱלֹהֵ֣י יִשְׂרָאֵ֗ל נַעֲלָה֙ מֵעַ֤ל הַכְּרוּב֙ אֲשֶׁ֣ר הָיָ֣ה עָלָ֔יו אֶ֖ל מִפְתַּ֣ן הַבָּ֑יִת וַיִּקְרָ֗א אֶל־הָאִישׁ֙ הַלָּבֻ֣שׁ הַבַּדִּ֔ים אֲשֶׁ֛ר קֶ֥סֶת הַסֹּפֵ֖ר בְּמָתְנָֽיו׃   ס 4 וַיֹּ֤אמֶר יְהוָה֙ אלו עֲבֹר֙ בְּת֣וֹךְ הָעִ֔יר בְּת֖וֹךְ יְרֽוּשָׁלָ֑͏ִם וְהִתְוִ֨יתָ תָּ֜ו עַל־מִצְח֣וֹת הָאֲנָשִׁ֗ים הַנֶּֽאֱנָחִים֙ וְהַנֶּ֣אֱנָקִ֔ים עַ֚ל כָּל־הַתּ֣וֹעֵב֔וֹת הַֽנַּעֲשׂ֖וֹת בְּתוֹכָֽהּ׃ 5 וּלְאֵ֙לֶּה֙ אָמַ֣ר בְּאָזְנַ֔י עִבְר֥וּ בָעִ֛יר אַחֲרָ֖יו וְהַכּ֑וּ על־תָּחֹ֥ס עיניכם וְאַל־תַּחְמֹֽלוּ׃ 6 זָקֵ֡ן בָּח֣וּר וּבְתוּלָה֩ וְטַ֨ף וְנָשִׁ֜ים תַּהַרְג֣וּ לְמַשְׁחִ֗ית וְעַל־כָּל־אִ֨ישׁ אֲשֶׁר־עָלָ֤יו הַתָּו֙ אַל־תִּגַּ֔שׁוּ וּמִמִּקְדָּשִׁ֖י תָּחֵ֑לּוּ וַיָּחֵ֙לּוּ֙ בָּאֲנָשִׁ֣ים הַזְּקֵנִ֔ים אֲשֶׁ֖ר לִפְנֵ֥י הַבָּֽיִת׃ 7 וַיֹּ֨אמֶר אֲלֵיהֶ֜ם טַמְּא֣וּ אֶת־הַבַּ֗יִת וּמַלְא֧וּ אֶת־הַחֲצֵר֛וֹת חֲלָלִ֖ים צֵ֑אוּ וְיָצְא֖וּ וְהִכּ֥וּ בָעִֽיר׃ 8 וַֽיְהִי֙ כְּהַכּוֹתָ֔ם וְנֵֽאשֲׁאַ֖ר אָ֑נִי וָאֶפְּלָ֨ה עַל־פָּנַ֜י וָאֶזְעַ֗ק וָֽאֹמַר֙ אֲהָהּ֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה הֲמַשְׁחִ֣ית אַתָּ֗ה אֵ֚ת כָּל־שְׁאֵרִ֣ית יִשְׂרָאֵ֔ל בְּשָׁפְכְּךָ֥ אֶת־חֲמָתְךָ֖ עַל־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 9 וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֗י עֲוֺ֨ן בֵּֽית־יִשְׂרָאֵ֤ל וִֽיהוּדָה֙ גָּדוֹל֙ בִּמְאֹ֣ד מְאֹ֔ד וַתִּמָּלֵ֤א הָאָ֙רֶץ֙ דָּמִ֔ים וְהָעִ֖יר מָלְאָ֣ה מֻטֶּ֑ה כִּ֣י אָמְר֗וּ עָזַ֤ב יְהוָה֙ אֶת־הָאָ֔רֶץ וְאֵ֥ין יְהוָ֖ה רֹאֶֽה׃ 10 וְגַ֨ם־אֲנִ֔י לֹא־תָח֥וֹס עֵינִ֖י וְלֹ֣א אֶחְמֹ֑ל דַּרְכָּ֖ם בְּרֹאשָׁ֥ם נָתָֽתִּי׃ 11 וְהִנֵּ֞ה הָאִ֣ישׁ לְבֻ֣שׁ הַבַּדִּ֗ים אֲשֶׁ֤ר הַקֶּ֙סֶת֙ בְּמָתְנָ֔יו מֵשִׁ֥יב דָּבָ֖ר לֵאמֹ֑ר עָשִׂ֕יתִי כאשר צִוִּיתָֽנִי׃   ס