Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אַז איר װאַרפֿט אױס דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד, הײליק צו גאָט; די לענג פֿינף און צװאַנאַציק טױזנט שטאַנגען די לענג, און די ברײט צען טױזנט; דאָס זאָל זײַן הײליק אין דעם גאַנצן געמאַרק רונד אַרום. 2 פֿון דעם זאָל זײַן פֿאַר דעם הײליקטום פֿינף הונדערט אױף פֿינף הונדערט, פֿירעקעכדיק פֿון אַלע זײַטן; און פֿופֿציק אײלן אַ פֿרײַער פּלאַץ דערצו רונד אַרום. 3 און פֿון דער דאָזיקער מאָס – פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און צען טױזנט די ברײט – זאָלסטו אָפּמעסטן, אַז דרינען זאָל זײַן דאָס הײליקטום, די הײליקסטע הײליקײט. 4 הײליק פֿון דעם לאַנד איז דאָס; פֿאַר די כּהנים, די באַדינער פֿון הײליקטום, װאָס גענענען צו דינען גאָט, זאָל עס זײַן; און עס זאָל זײ זײַן אַן אָרט פֿאַר הײַזער, און אַ הײליקער אָרט צום הײליקטום. 5 און פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און צען טױזנט די ברײט, זאָל זײַן פֿאַר די לוִיִים די באַדינער פֿון הױז, זײ צום אײגנטום, פֿאַר צװאַנציק קאַמערן. 6 און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט זאָלט איר מאַכן פֿינף טױזנט די ברײט, און די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג; פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל זאָל עס זײַן. 7 און פֿאַר דעם פֿירשט, פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג, און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, און אַקעגן דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, מערבֿ-זײַט צו מערבֿ, און פֿון מזרח-זײַט צו מזרח, און אַ לענג אַזױ װי אײנער פֿון די חלקים, פֿון דעם מערבֿ-געמאַרק ביז דעם מזרח-געמאַרק 8 פֿון דעם לאַנד; דאָס זאָל אים זײַן צום אײגנטום אין ישׂראל; און מײַנע פֿירשטן זאָלן מער ניט קריװדען מײַן פֿאָלק, נײַערט דאָס לאַנד זאָל מען געבן צו דעם הױז פֿון ישׂראל, לױט זײערע שבֿטים. 9 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: גענוג אײַך, איר פֿירשטן פֿון ישׂראל! אומרעכט און רױב טוט אָפּ, רעכט און גערעכטיקײט טוט, נעמט אַראָפּ פֿון מײַן פֿאָלק אײַערע רדיפֿות, זאָגט גאָט דער האַר. 10 ריכטיקע װאָגשאָלן, און אַ ריכטיקע אֵיפֿה, און ריכטיקע בת, זאָל בײַ אײַך זײַן. 11 אַן אֵיפֿה און אַ בת זאָל זײַן אין מאָס: אַ בת זאָל האַלטן אַ צענטל פֿון אַ חומר, און אַן אֵיפֿה אַ צענטל פֿון אַ חומר; לױטן חומר זאָל זײַן זײער מאָס. 12 און דער שקל זאָל זײַן צװאַנציק גֵרֶה; צװאַנציק שקל, פֿינף און צװאַנציק שקל, צען, און פֿינף שקל, זאָל אײַך זײַן די מָנֶה. 13 דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן: אַ זעקסטל אֵיפֿה פֿון אַ חומר װײץ, און אַ זעקסטל אֵיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר װײץ, און אַ זעקסטל אֵיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר גערשטן. 14 און דער דין פֿון אײל – אײל איז אױפֿן בת – איז אַ צענטל בת פֿון אַ כָּוֹר, װאָס איז צען בת – אַ חומר; 15 װאָרום צען בת איז אַ חומר. און אײן לאַם פֿון די שאָף פֿאַר צװײ הונדערט, פֿון די לאָנקעס פֿון ישׂראל; פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן אױף זײ, זאָגט גאָט דער האַר. 16 דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל געבן די דאָזיקע אָפּשײדונג צו דעם פֿירשט אין ישׂראל. 17 און אױך דעם פֿירשט זאָלן זײַן די בראַנדאָפּפֿער, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס גיסאָפּפֿער, אין די יום-טובֿים, און אום ראש-חודש, און אין די שבתים, אין אַלע פֿײַערטעג פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; ער זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס פֿרידאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל. 18 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָלסטו נעמען אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער, און זאָלסט רײניקן דאָס הײליקטום. 19 און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער, און אַרױפֿטאָן אױף דעם בײַשטידל פֿון דעם הױז, און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג פֿון מזבח, און אױף דעם בײַשטידל פֿון דעם טױער פֿון דעם אינעװײנקסטן הױף. 20 און אַזױ זאָלסטו טאָן אין זיבעטן טאָג פֿון חודש, פֿון װעגן איטלעכן װאָס פֿאַרזעט, און פֿון װעגן דעם װאָס טוט אױס נאַרישקײט; אַזױ זאָלט איר מכפּר זײַן אױפֿן הױז. 21 אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן בײַ אײַך פּסח, אַ יום-טובֿ זיבן טעג; מַצות זאָל געגעסן װערן. 22 און דער פֿירשט זאָל מאַכן אין יענעם טאָג פֿאַר זיך און פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער. 23 און די זיבן טעג פֿון יום-טובֿ זאָל ער מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט, זיבן אָקסן און זיבן װידערס, אָן אַ פֿעלער, אַ טאָג – די זיבן טעג; און אַ ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער אַ טאָג. 24 און אַ שפּײַזאָפּפֿער זאָל ער מאַכן, אַן אֵיפֿה צו אַן אָקס, און אַן אֵיפֿה צו אַ װידער, און אײל אַ הין צו אַן אֵיפֿה. 25 אין זיבעטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש, אום יום-טובֿ, זאָל ער מאַכן אַזױ װי די דאָזיקע, די זיבן טעג; אַזױ דאָס זינדאָפּפֿער, אַזױ דאָס בראַנדאָפּפֿער, און אַזױ דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און אַזױ דאָס אײל.
עברית
1 וּבְהַפִּֽילְכֶ֨ם אֶת־הָאָ֜רֶץ בְּנַחֲלָ֗ה תָּרִימוּ֩ תְרוּמָ֨ה לַיהוָ֥ה קֹדֶשׁ֮ מִן־הָאָרֶץ֒ אֹ֗רֶךְ חֲמִשָּׁ֨ה וְעֶשְׂרִ֥ים אֶ֙לֶף֙ אֹ֔רֶךְ וְרֹ֖חַב עֲשָׂ֣רָה אָ֑לֶף קֹדֶשׁ־ה֥וּא בְכָל־גְּבוּלָ֖הּ סָבִֽיב׃ 2 יִהְיֶ֤ה מִזֶּה֙ אֶל־הַקֹּ֔דֶשׁ חֲמֵ֥שׁ מֵא֛וֹת בַּחֲמֵ֥שׁ מֵא֖וֹת מְרֻבָּ֣ע סָבִ֑יב וַחֲמִשִּׁ֣ים אַמָּ֔ה מִגְרָ֥שׁ ל֖וֹ סָבִֽיב׃ 3 וּמִן־הַמִּדָּ֤ה הַזֹּאת֙ תָּמ֔וֹד אֹ֗רֶךְ חמש וְעֶשְׂרִים֙ אֶ֔לֶף וְרֹ֖חַב עֲשֶׂ֣רֶת אֲלָפִ֑ים וּבֽוֹ־יִהְיֶ֥ה הַמִּקְדָּ֖שׁ קֹ֥דֶשׁ קָדָשִֽׁים׃ 4 קֹ֣דֶשׁ מִן־הָאָ֜רֶץ ה֗וּא לַכֹּ֨הֲנִ֜ים מְשָׁרְתֵ֤י הַמִּקְדָּשׁ֙ יִֽהְיֶ֔ה הַקְּרֵבִ֖ים לְשָׁרֵ֣ת אֶת־יְהוָ֑ה וְהָיָ֨ה לָהֶ֤ם מָקוֹם֙ לְבָ֣תִּ֔ים וּמִקְדָּ֖שׁ לַמִּקְדָּֽשׁ׃ 5 וַחֲמִשָּׁ֨ה וְעֶשְׂרִ֥ים אֶ֙לֶף֙ אֹ֔רֶךְ וַעֲשֶׂ֥רֶת אֲלָפִ֖ים רֹ֑חַב יהיה לַלְוִיִּם֩ מְשָׁרְתֵ֨י הַבַּ֧יִת לָהֶ֛ם לַאֲחֻזָּ֖ה עֶשְׂרִ֥ים לְשָׁכֹֽת׃ 6 וַאֲחֻזַּ֨ת הָעִ֜יר תִּתְּנ֗וּ חֲמֵ֤שֶׁת אֲלָפִים֙ רֹ֔חַב וְאֹ֗רֶךְ חֲמִשָּׁ֤ה וְעֶשְׂרִים֙ אֶ֔לֶף לְעֻמַּ֖ת תְּרוּמַ֣ת הַקֹּ֑דֶשׁ לְכָל־בֵּ֥ית יִשְׂרָאֵ֖ל יִהְיֶֽה׃ 7 וְלַנָּשִׂ֡יא מִזֶּ֣ה וּמִזֶּה֩ לִתְרוּמַ֨ת הַקֹּ֜דֶשׁ וְלַאֲחֻזַּ֣ת הָעִ֗יר אֶל־פְּנֵ֤י תְרֽוּמַת־הַקֹּ֙דֶשׁ֙ וְאֶל־פְּנֵי֙ אֲחֻזַּ֣ת הָעִ֔יר מִפְּאַת־יָ֣ם יָ֔מָּה וּמִפְּאַת־קֵ֖דְמָה קָדִ֑ימָה וְאֹ֗רֶךְ לְעֻמּוֹת֙ אַחַ֣ד הַחֲלָקִ֔ים מִגְּב֥וּל יָ֖ם אֶל־גְּב֥וּל קָדִֽימָה׃ 8 לָאָ֛רֶץ יִֽהְיֶה־לּ֥וֹ לַֽאֲחֻזָּ֖ה בְּיִשְׂרָאֵ֑ל וְלֹא־יוֹנ֨וּ ע֤וֹד נְשִׂיאַי֙ אֶת־עַמִּ֔י וְהָאָ֛רֶץ יִתְּנ֥וּ לְבֵֽית־יִשְׂרָאֵ֖ל לְשִׁבְטֵיהֶֽם׃   ס 9 כֹּֽה־אָמַ֞ר אֲדֹנָ֣י יְהוִ֗ה רַב־לָכֶם֙ נְשִׂיאֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל חָמָ֤ס וָשֹׁד֙ הָסִ֔ירוּ וּמִשְׁפָּ֥ט וּצְדָקָ֖ה עֲשׂ֑וּ הָרִ֤ימוּ גְרֻשֹֽׁתֵיכֶם֙ מֵעַ֣ל עַמִּ֔י נְאֻ֖ם אֲדֹנָ֥י יְהוִֽה׃ 10 מֹֽאזְנֵי־צֶ֧דֶק וְאֵֽיפַת־צֶ֛דֶק וּבַת־צֶ֖דֶק יְהִ֥י לָכֶֽם׃ 11 הָאֵיפָ֣ה וְהַבַּ֗ת תֹּ֤כֶן אֶחָד֙ יִֽהְיֶ֔ה לָשֵׂ֕את מַעְשַׂ֥ר הַחֹ֖מֶר הַבָּ֑ת וַעֲשִׂירִ֤ת הַחֹ֙מֶר֙ הָֽאֵיפָ֔ה אֶל־הַחֹ֖מֶר יִהְיֶ֥ה מַתְכֻּנְתּֽוֹ׃ 12 וְהַשֶּׁ֖קֶל עֶשְׂרִ֣ים גֵּרָ֑ה עֶשְׂרִ֨ים שְׁקָלִ֜ים חֲמִשָּׁ֧ה וְעֶשְׂרִ֣ים שְׁקָלִ֗ים עֲשָׂרָ֤ה וַחֲמִשָּׁה֙ שֶׁ֔קֶל הַמָּנֶ֖ה יִֽהְיֶ֥ה לָכֶֽם׃ 13 זֹ֥את הַתְּרוּמָ֖ה אֲשֶׁ֣ר תָּרִ֑ימוּ שִׁשִּׁ֤ית הָֽאֵיפָה֙ מֵחֹ֣מֶר הַֽחִטִּ֔ים וְשִׁשִּׁיתֶם֙ הָֽאֵיפָ֔ה מֵחֹ֖מֶר הַשְּׂעֹרִֽים׃ 14 וְחֹ֨ק הַשֶּׁ֜מֶן הַבַּ֣ת הַשֶּׁ֗מֶן מַעְשַׂ֤ר הַבַּת֙ מִן־הַכֹּ֔ר עֲשֶׂ֥רֶת הַבַּתִּ֖ים חֹ֑מֶר כִּֽי־עֲשֶׂ֥רֶת הַבַּתִּ֖ים חֹֽמֶר׃ 15 וְשֶׂה־אַחַ֨ת מִן־הַצֹּ֤אן מִן־הַמָּאתַ֙יִם֙ מִמַּשְׁקֵ֣ה יִשְׂרָאֵ֔ל לְמִנְחָ֖ה וּלְעוֹלָ֣ה וְלִשְׁלָמִ֑ים לְכַפֵּ֣ר עֲלֵיהֶ֔ם נְאֻ֖ם אֲדֹנָ֥י יְהוִֽה׃ 16 כֹּ֚ל הָעָ֣ם הָאָ֔רֶץ יִהְי֖וּ אֶל־הַתְּרוּמָ֣ה הַזֹּ֑את לַנָּשִׂ֖יא בְּיִשְׂרָאֵֽל׃ 17 וְעַֽל־הַנָּשִׂ֣יא יִהְיֶ֗ה הָעוֹל֣וֹת וְהַמִּנְחָה֮ וְהַנֵּסֶךְ֒ בַּחַגִּ֤ים וּבֶחֳדָשִׁים֙ וּבַשַּׁבָּת֔וֹת בְּכָֽל־מוֹעֲדֵ֖י בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֑ל הֽוּא־יַעֲשֶׂ֞ה אֶת־הַחַטָּ֣את וְאֶת־הַמִּנְחָ֗ה וְאֶת־הָֽעוֹלָה֙ וְאֶת־הַשְּׁלָמִ֔ים לְכַפֵּ֖ר בְּעַ֥ד בֵּֽית־יִשְׂרָאֵֽל׃   ס 18 כֹּה־אָמַר֮ אֲדֹנָ֣י יְהוִה֒ בָּֽרִאשׁוֹן֙ בְּאֶחָ֣ד לַחֹ֔דֶשׁ תִּקַּ֥ח פַּר־בֶּן־בָּקָ֖ר תָּמִ֑ים וְחִטֵּאתָ֖ אֶת־הַמִּקְדָּֽשׁ׃ 19 וְלָקַ֨ח הַכֹּהֵ֜ן מִדַּ֣ם הַחַטָּ֗את וְנָתַן֙ אֶל־מְזוּזַ֣ת הַבַּ֔יִת וְאֶל־אַרְבַּ֛ע פִּנּ֥וֹת הָעֲזָרָ֖ה לַמִּזְבֵּ֑חַ וְעַ֨ל־מְזוּזַ֔ת שַׁ֖עַר הֶחָצֵ֥ר הַפְּנִימִֽית׃ 20 וְכֵ֤ן תַּֽעֲשֶׂה֙ בְּשִׁבְעָ֣ה בַחֹ֔דֶשׁ מֵאִ֥ישׁ שֹׁגֶ֖ה וּמִפֶּ֑תִי וְכִפַּרְתֶּ֖ם אֶת־הַבָּֽיִת׃ 21 בָּ֠רִאשׁוֹן בְּאַרְבָּעָ֨ה עָשָׂ֥ר יוֹם֙ לַחֹ֔דֶשׁ יִהְיֶ֥ה לָכֶ֖ם הַפָּ֑סַח חָ֕ג שְׁבֻע֣וֹת יָמִ֔ים מַצּ֖וֹת יֵאָכֵֽל׃ 22 וְעָשָׂ֤ה הַנָּשִׂיא֙ בַּיּ֣וֹם הַה֔וּא בַּעֲד֕וֹ וּבְעַ֖ד כָּל־עַ֣ם הָאָ֑רֶץ פַּ֖ר חַטָּֽאת׃ 23 וְשִׁבְעַ֨ת יְמֵֽי־הֶחָ֜ג יַעֲשֶׂ֧ה עוֹלָ֣ה לַֽיהוָ֗ה שִׁבְעַ֣ת פָּ֠רִים וְשִׁבְעַ֨ת אֵילִ֤ים תְּמִימִם֙ לַיּ֔וֹם שִׁבְעַ֖ת הַיָּמִ֑ים וְחַטָּ֕את שְׂעִ֥יר עִזִּ֖ים לַיּֽוֹם׃ 24 וּמִנְחָ֗ה אֵיפָ֥ה לַפָּ֛ר וְאֵיפָ֥ה לָאַ֖יִל יַֽעֲשֶׂ֑ה וְשֶׁ֖מֶן הִ֥ין לָאֵיפָֽה׃ 25 בַּשְּׁבִיעִ֡י בַּחֲמִשָּׁה֩ עָשָׂ֨ר י֤וֹם לַחֹ֙דֶשׁ֙ בֶּחָ֔ג יַעֲשֶׂ֥ה כָאֵ֖לֶּה שִׁבְעַ֣ת הַיָּמִ֑ים כַּֽחַטָּאת֙ כָּעֹלָ֔ה וְכַמִּנְחָ֖ה וְכַשָּֽׁמֶן׃   ס