אידיש
1
און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט אױפֿן װעג צום אױסנװײניקסטן טױער פֿון דעם הײליקטום װאָס איז געװען געקערט צו מזרח, און ער איז געװען פֿאַרשלאָסן.
2
און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: דער דאָזיקער טױער זאָל זײַן פֿאַרשלאָסן, עס זאָל ניט געעפֿנט װערן, און קײנער זאָל דורך אים ניט אַרײַנגײן, װאָרום יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל איז אַרײַנגעגאַנגען דורך אים, דרום זאָל ער זײַן פֿאַרשלאָסן.
3
דער פֿירשט, װײַל ער איז אַ פֿירשט, ער מעג זיצן דרינען צו עסן ברױט פֿאַר גאָט; דורכן פֿירהױז פֿון טױער זאָל ער אַרײַנגײן, און דורך אים זאָל ער אַרױסגײן.
4
און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם טױער פֿון צפֿון צו דער פֿאָדערזײַט פֿון הױז, און איך האָב געזען, ערשט די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון גאָט; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים.
5
און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, לײג צו דײַן האַרץ, און זע מיט דײַנע אױגן, און מיט דײַנע אױערן הער, אַלץ װאָס איך רעד מיט דיר װעגן אַלע געזעצן פֿון דעם הױז פֿון גאָט, און װעגן אַלע זײַנע דינים; און זאָלסט צולײגן דײַן האַרץ צו דעם אײַנגאַנג פֿון דעם הױז מיט אַלע אױסגאַנגען פֿון דעם הײליקטום.
6
און זאָלסט זאָגן צו די װידערשפּעניקע, צו דעם הױז פֿון ישׂראל: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: גענוג אײַך פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן, הױז פֿון ישׂראל,
7
מיט אײַער ברענגען פֿרעמדגעבאָרענע, אומבאַשניטענע אין האַרצן און אומבאַשניטענע אין פֿלײש צו זײַן אין מײַן הײליקטום, כּדי עס צו פֿאַרשװעכן – מײַן הױז, װען איר זײַט מקריבֿ מײַן שפּײַז, דאָס פֿעטס און דאָס בלוט; און זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן בונד, צו אַלע אײַערע אַנדערע אומװערדיקײטן.
8
און איר האָט ניט געהיט די היטונג פֿו מײַנע הײליקײטן, און האָט אײַך זײ געמאַכט פֿאַר היטער פֿון מײַן היטונג אין מײַן הײליקטום.
9
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: קײן פֿרעמדגעבאָרענער, אומבאַשניטן אין האַרצן און אומבאַשניטן אין פֿלײש, זאָל ניט אַרײַנקומען אין מײַן הײליקטום – קײן פֿרעמדגעבאָרענער װאָס צװישן די קינדער פֿון ישׂראל.
10
נײַערט די לוִיִים װאָס האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, װען די ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, די װאָס האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר נאָך זײערע אָפּגעטער, זײ זאָלן טראָגן זײער זינד;
11
און זײ זאָלן זײַן משרתים אין מײַן הײליקטום, געשטעלטע בײַ די טױערן פֿון הױז, און משרתים פֿון דעם הױז; זײ זאָלן שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער און דעם שלאַכטאָפּפֿער פֿאַרן פֿאָלק, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר זײ, זײ צו באַדינען.
12
װײַל זײ פֿלעגן זײ באַדינען פֿאַר זײערע אָפּגעטער, און פֿלעגן זײַן דעם הױז פֿון ישׂראל פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד, דרום האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט װעגן זײ, זאָגט גאָט דער האַר, אַז זײ זאָל טראָגן זײער זינד;
13
און זײ זאָלן ניט גענענען צו מיר צו טאָן כּהן-דינסט צו מיר, און צו גענענען צו אַלע מײַנע הײליקײטן, צו די הײליקסטע הײליקײטן; און זײ זאָלן טראָגן זײער שאַנד, און זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן.
14
און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר היטער פֿון דער היטונג פֿון הױז, פֿאַר אַל זײַן דינסט, און פֿאַר אַלץ װאָס דאַרף געטאָן װערן אין אים.
15
אָבער די כּהנים פֿון שבֿט לֵוי, די קינדער פֿון צָדוק, װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון מײַן הײליקטום, װען די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר, זײ זאָלן גענענען צו מיר, מיר צו דינען, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר מיר, מקריבֿ צו זײַן צו מיר דאָס פֿעטס און דאָס בלוט, זאָגט גאָט דער האַר.
16
זײ זאָלן קומען אין מײַן הײליקטום, און זײ זאָלן גענענען צו מײַן טיש מיר צו דינען, און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג.
17
און עס זאָל זײַן, אַז זײ גײען אַרײַן אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, זאָלן זײ אָנטאָן פֿלאַקסענע קלײדער, און װאָל זאָל ניט אַרױפֿקומען אױף זײ, װען זײ דינען אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, אָדער אינעװײניק.
18
פֿלאַקסענע קאָפּדעקן זאָלן זײַן אױף זײערע קעפּ, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײערע לענדן; זײ זאָלן זיך ניט אָנגערטן מיט אַ שװיציקער זאַך.
19
און אַז זײ גײען אַרױס אין דעם אױסנװײניקסטן הױף – אין דעם אױסנװײניקסטן הױף צום פֿאָלק, זאָלן זײ אױסטאָן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, און זײ אַװעקלײגן אין די הײליקע קאַמערן, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, כּדי זײ זאָלן ניט מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק מיט זײערע קלײדער.
20
און זײער קאָפּ זאָלן זײ ניט גאָלן, און לאַנגע האָר זאָלן זײ ניט פֿאַרלאָזן; צװיקן זאָלן זײ אַרומצװיקן זײערע קעפּ.
21
און װײַן זאָל קײן כּהן ניט טרינקען, װען זײ גײען אַרײַן אין דעם אינעװײניקסטן הױף.
22
און אַן אלמנה און אַ גרושה זאָלן זײ זיך ניט נעמען פֿאַר װײַבער, נאָר בלױז יונגפֿרױען פֿון דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; אָבער די אלמנה װאָס איז אַן אלמנה פֿון אַ כּהן, מעגן זײ נעמען.
23
און זײ זאָלן מײַן פֿאָלק לערנען צװישן הײליקן און אומהײליקן, און זײ מאַכן װיסן צװישן רײנעם און אומרײנעם.
24
און בײַ אַ שטרײַטזאַך זאָלן זײ שטײן צו משפּטן; מיט מײַנע משפּטים זאָלן זײ אים משפּטן; און מײַנע דינים און מײַנע געזעצן אין אַלע מײַנע יום-טובֿים זאָלן זײ היטן, און מײַנע שבתים זאָלן זײ האַלטן הײליק.
25
און צו אַ טױטן מענטשן זאָל ער ניט צוגײן צו װערן אומרײן; נאָר בלױז אָן אַ פֿאָטער, און אָן אַ מוטער, און אָן אַ זון, און אָן אַ טאָכטער, אָן אַ ברודער, און אָן אַ שװעסטער װאָס האָט נאָך ניט געהאַט קײן מאַן, מעגן זײ זיך פֿאַראומרײניקן.
26
און נאָך זײַן רײניקונג זאָל מען אים צײלן זיבן טעג.
27
און אין דעם טאָג װאָס ער קומט אין הײליקטום, אין דעם אינעװיניקסטן הױף, צו דינען אין הײליקטום, זאָל ער מקריבֿ זײַן זײַן זינדאָפּװער, זאָגט גאָט דער האַר.
28
און דאָס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה: איך בין זײער נחלה; און קײן אײגנטום זאָלט איר זײ ניט געבן אין ישׂראל: איך בין זײער אײגנטום.
29
דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שולדאָפּפֿער, דאָס זאָלן זײ עסן; און איטלעכער חרם אין ישׂראל זאָל געהערן צו זײ.
30
און דאָס ערשטע פֿון אַלע ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ, און איטלעכע אָפּשײדונג פֿון װאָס עס איז, פֿון אַלע אײַערע אָפּשײדונגען, זאָל געהערן צו די כּהנים; אױך דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן צום כּהן, כּדי צו מאַכן רוען אַ ברכה אױף דײַן הױז.
31
קײן געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס פֿון עופֿות און פֿון בהמות זאָלן די כּהנים ניט עסן.