אידיש
1
און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף אױפֿן װעג צו צפֿון, און האָט מיך געבראַכט צו די קאַמערן װאָס אַקעגן דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און װאָס אַקעגן דעם בנין, צו צפֿון,
2
צו דער פֿאָדערזײַט, הונדערט אײלן די לענג, מיט דעם אײַנגאַנג אין צפֿון, און פֿופֿציק אײלן די ברײט,
3
אַקעגן די צװאַנציק אײלן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, און אַקעגן דער פֿלאַסטערונג פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף, מיט אַ באַלקאָן קעגן אַ באַלקאָן אין דריטן שטאָק.
4
און פֿאַר די קאַמערן איז געװען אַ גאַנג, צען אײלן די ברײט אינעװײניקצו, אַ װעג פֿון אײן אײל; און זײערע אײַנגאַנגען זײַנען געװען צו צפֿון.
5
און די אױבערשטע קאַמערן זײַנען געװען קירצער – װײַל די באַלקאָנען האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ – פֿון די אונטערשטע און פֿון די מיטלסטע אין דעם בנין.
6
װאָרום דרײַגאָרנדיק זײַנען זײ געװען, און זײ האָבן ניט געהאַט קײן זײַלן אַזױ װי די זײַלן פֿון הױף, דרום איז אָפּגענומען געװאָרן, לגַבי די אונטערשטע און די מיטלסטע, פֿון דעם באָדעם.
7
און די מױער װאָס דרױסן אַקעגן די קאַמערן, צו דעם אױסנװײניקסטן הױף צו, פֿאָרנט פֿון די קאַמערן, איר לענג איז געװען פֿופֿציק אײלן.
8
װאָרום די לענג פֿון די קאַמערן װאָס צום אױסנװײניקסטן הױף צו איז געװען פֿופֿציק אײלן; אָבער זע, פֿאַר דעם טעמפּל איז געװען הונדערט אײלן.
9
און אונטער די דאָזיקע קאַמערן איז געװען דער אײַנגאַנג פֿון מזרח, אַז מע איז געקומען צו זײ פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף.
10
אין דער ברײט פֿון דער מױער פֿון הױף צו מזרח, פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און פֿאַר דעם בנין, זײַנען געװען קאַמערן,
11
מיט אַ װעג פֿאַר זײ; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון די קאַמערן װאָס צו צפֿון, אַזױ װי זײער לענג, און אַזױ װי זײער ברײט, מיט אַלע זײערע אַרױסגאַנגען, און אַזױ װי זײערע אײַנריכטונגען; און אַזױ װי זײערע טירן,
12
אַזױ אױך זײַנען געװען די טירן פֿון די קאַמערן װאָס צו דָרום; אַ טיר איז געװען אין אָנהײב פֿון דעם װעג, דעם װעג װאָס גלײַך פֿאַר דער מױער, אַקעגן מזרח, װי מע קומט אין זײ אַרײַן.
13
און ער האָט צו מיר געזאָגט: די קאַמערן פֿון צפֿון און די קאַמערן פֿון דָרום װאָס פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, דאָס זײַנען די הײליקע קאַמערן, װאָס די כּהנים װאָס זײַנען נאָנט צו גאָט, זאָלן דאָרטן עסן די הײליקסטע הײליקײטן; דאָרטן זאָלן זײ אַװעקלײגן די הײליקסטע הײליקײטן, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שולד-אָפּפֿער, װאָרום דער אָרט איז הײליק.
14
אַז זײ גײען אַרײַן, די כּהנים, זאָלן זײ ניט אַרױסגײן פֿון דעם הײליקטום אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, נײַערט זײ זאָלן אַפֿריִער אַװעקלײגן דאָרטן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, װאָרום זײ זײַנען הײליק; און זײ זאָלן אָנטאָן אַנדערע קלײדער, און גענענען אין דעם הױף װאָס פֿאַרן פֿאָלק.
15
און אַז ער האָט געענדיקט די מעסטונגען פֿון דעם אינעװײניקסטן הױז, האָט ער מיך אַרױסגעפֿירט דורך דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח, און ער האָט עס אָפּגעמאָסטן רונד אַרום.
16
ער האָט אָפּגעמאָסטן די מזרח-זײַט מיט דעם מעסטשטאַנג, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום.
17
ער האָט אָפּגעמאָסטן די צפֿון-זײַט, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום.
18
ער האָט אָפּגעמאָסטן די דָרום-זײַט, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג.
19
ער האָט זיך אומגעדרײט צו מערבֿ-זײַט, און האָט אָפּגעמאָסטן פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג.
20
אױף פֿיר זײַטן האָט ער עס אָפּגעמאָסטן; עס האָט געהאַט אַ מױער רונד אַרום, די לענג פֿינף הונדערט, און די ברײט פֿינף הונדערט כּדי אָפּצושײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן.