Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ ציגל, און זאָלסט אים אַװעקלײגן פֿאַר דיר, און אױסקריצן אױף אים אַ שטאָט – ירושלים. 2 און זאָלסט מאַכן אױף איר אַ באַלעגערונג, און בױען אַרום איר אַ באַלעגערמױער, און אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל, און שטעל אַקעגן איר מחנות; און טו אַקעגן איר שטורעמבעק רונד אַרום. 3 און דו נעם דיר אַן אײַזערנע פֿאַן, און זאָלסט זי שטעלן װי אַן אײַזערנע װאַנטצװישן דיר און צװישן דער שטאָט; און זאָלסט קערן דײַן פּנים צו איר, און זי זאָל זײַן אין באַלעגערונג, און דו זאָלסט זי באַלעגערן. אַ צײכן איז דאָס פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל. 4 און דו ליג אױף דײַן לינקער זײַט, און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף אירדי זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; די צאָל טעג װאָס דו װעסט ליגן אױף איר, װעסטו טראָגן זײערע זינד. 5 און איך האָב דיר געמאַכט די יאָרן פֿון זײערע זינדאַקעגן דער צאָל טעג – דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג; און װעסט טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל. 6 און אַז דו װעסט ענדיקן די דאָזיקע, זאָלסטו װידער ליגן אױף דײַן רעכטער זײַט, און טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה פֿערציק טעג: אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר, אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר האָב איך עס דיר געמאַכט. 7 און צו דער באַלעגערונג פֿון ירושלים, זאָלסטו קערן דײַן פּניםמיט דײַן אָרעם אַנטבלױזט, און זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף איר. 8 און זע, איך טו אַרױף אױף דיר שטריק, און װעסט זיך ניט אומדרײעןפֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, ביז דו ענדיקסט די טעג פֿון דײַן באַלעגערונג. 9 און דו נעם דיר װײץ און גערשטן און בעבלעך און לינדזן און הירזש און טונקלװײץ, און טו זײ אַרײַן אין אײן כּלי, און זאָלסט זײ דיר מאַכן צו ברױט; די צאָל טעג װאָס דו ליגסט אױף דײַן זײַט, דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג, זאָלסטו עס עסן. 10 און דײַן עסן װאָס דו װעסט עסן, זאָל זײַן מיט אַ װאָג, צװאַנציק שקל אַ טאָג; פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו עס עסן. 11 און װאַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען; אַ זעקסטל הין פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו טרינקען. 12 אַזױ װי אַ גערשטענעם קוכן זאָלסטו עס עסן, און אױף קױט פֿון מענטשישער צוֹאֶהזאָלסטו עס באַקן פֿאַר זײערע אױגן. 13 און גאָט האָט געזאָגט: אַזױ װעלן עסן די קינדער פֿון ישׂראלזײער ברױט אומרײן צװישן די פֿעלקערװאָס איך װעל זײ אַהין פֿאַרשטױסן. 14 האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, זע מײַן זעל איז ניט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס האָב איך ניט געגעסן פֿון מײַן יוגנט אָן און ביז אַצונד, און אין מײַן מױל איז ניט געקומען אומװערדיק פֿלײש. 15 האָט ער צו מיר געזאָגט: זע, איך גיב דיר מיסט פֿון רינדער אָנשטאָט קױט פֿון מענטשן, און זאָלסט מאַכן דײַן ברױט דערױף. 16 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, זע, איך צעברעך דעם אונטערלען פֿון ברױט אין ירושלים, און זײ װעלן עסן ברױט מיט אַ װאָג, און מיט זאָרג, און װאַסער מיט אַ מאָס און מיט באַנומעניש װעלן זײ טרינקען. 17 װײַל זײ װעלן געמינערט זײַן ברױט און װאַסער, און זײ װעלן באַנומען װערן אײנער מיטן אַנדערן, און װעלן אײַנגײן פֿאַר זײערע זינד.
עברית
1 וְאַתָּ֤ה בֶן־אָדָם֙ קַח־לְךָ֣ לְבֵנָ֔ה וְנָתַתָּ֥ה אוֹתָ֖הּ לְפָנֶ֑יךָ וְחַקּוֹתָ֥ עָלֶ֛יהָ עִ֖יר אֶת־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 2 וְנָתַתָּ֨ה עָלֶ֜יהָ מָצ֗וֹר וּבָנִ֤יתָ עָלֶ֙יהָ֙ דָּיֵ֔ק וְשָׁפַכְתָּ֥ עָלֶ֖יהָ סֹֽלְלָ֑ה וְנָתַתָּ֨ה עָלֶ֧יהָ מַחֲנ֛וֹת וְשִׂים־עָלֶ֥יהָ כָּרִ֖ים סָבִֽיב׃ 3 וְאַתָּ֤ה קַח־לְךָ֙ מַחֲבַ֣ת בַּרְזֶ֔ל וְנָתַתָּ֤ה אוֹתָהּ֙ קִ֣יר בַּרְזֶ֔ל בֵּינְךָ֖ וּבֵ֣ין הָעִ֑יר וַהֲכִינֹתָה֩ אֶת־פָּנֶ֨יךָ אֵלֶ֜יהָ וְהָיְתָ֤ה בַמָּצוֹר֙ וְצַרְתָּ֣ עָלֶ֔יהָ א֥וֹת הִ֖יא לְבֵ֥ית יִשְׂרָאֵֽל׃   ס 4 וְאַתָּ֤ה שְׁכַב֙ עַל־צִדְּךָ֣ הַשְּׂמָאלִ֔י וְשַׂמְתָּ֛ אֶת־עֲוֺ֥ן בֵּֽית־יִשְׂרָאֵ֖ל עָלָ֑יו מִסְפַּ֤ר הַיָּמִים֙ אֲשֶׁ֣ר תִּשְׁכַּ֣ב עָלָ֔יו תִּשָּׂ֖א אֶת־עֲוֺנָֽם׃ 5 וַאֲנִ֗י נָתַ֤תִּֽי לְךָ֙ אֶת־שְׁנֵ֣י עֲוֺנָ֔ם לְמִסְפַּ֣ר יָמִ֔ים שְׁלֹשׁ־מֵא֥וֹת וְתִשְׁעִ֖ים י֑וֹם וְנָשָׂ֖אתָ עֲוֺ֥ן בֵּֽית־יִשְׂרָאֵֽל׃ 6 וְכִלִּיתָ֣ אֶת־אֵ֗לֶּה וְשָׁ֨כַבְתָּ֜ עַל־צִדְּךָ֤ הימיני שֵׁנִ֔ית וְנָשָׂ֖אתָ אֶת־עֲוֺ֣ן בֵּית־יְהוּדָ֑ה אַרְבָּעִ֣ים י֔וֹם י֧וֹם לַשָּׁנָ֛ה י֥וֹם לַשָּׁנָ֖ה נְתַתִּ֥יו לָֽךְ׃ 7 וְאֶל־מְצ֤וֹר יְרוּשָׁלִַ֙ם֙ תָּכִ֣ין פָּנֶ֔יךָ וּֽזְרֹעֲךָ֖ חֲשׂוּפָ֑ה וְנִבֵּאתָ֖ עָלֶֽיהָ׃ 8 וְהִנֵּ֛ה נָתַ֥תִּי עָלֶ֖יךָ עֲבוֹתִ֑ים וְלֹֽא־תֵהָפֵ֤ךְ מִֽצִּדְּךָ֙ אֶל־צִדֶּ֔ךָ עַד־כַּלּוֹתְךָ֖ יְמֵ֥י מְצוּרֶֽךָ׃ 9 וְאַתָּ֣ה קַח־לְךָ֡ חִטִּ֡ין וּ֠שְׂעֹרִים וּפ֨וֹל וַעֲדָשִׁ֜ים וְדֹ֣חַן וְכֻסְּמִ֗ים וְנָתַתָּ֤ה אוֹתָם֙ בִּכְלִ֣י אֶחָ֔ד וְעָשִׂ֧יתָ אוֹתָ֛ם לְךָ֖ לְלָ֑חֶם מִסְפַּ֨ר הַיָּמִ֜ים אֲשֶׁר־אַתָּ֣ה שׁוֹכֵ֣ב עַֽל־צִדְּךָ֗ שְׁלֹשׁ־מֵא֧וֹת וְתִשְׁעִ֛ים י֖וֹם תֹּאכֲלֶֽנּוּ׃ 10 וּמַאֲכָֽלְךָ֙ אֲשֶׁ֣ר תֹּאכֲלֶ֔נּוּ בְּמִשְׁק֕וֹל עֶשְׂרִ֥ים שֶׁ֖קֶל לַיּ֑וֹם מֵעֵ֥ת עַד־עֵ֖ת תֹּאכֲלֶֽנּוּ׃ 11 וּמַ֛יִם בִּמְשׂוּרָ֥ה תִשְׁתֶּ֖ה שִׁשִּׁ֣ית הַהִ֑ין מֵעֵ֥ת עַד־עֵ֖ת תִּשְׁתֶּֽה׃ 12 וְעֻגַ֥ת שְׂעֹרִ֖ים תֹּֽאכֲלֶ֑נָּה וְהִ֗יא בְּגֶֽלְלֵי֙ צֵאַ֣ת הָֽאָדָ֔ם תְּעֻגֶ֖נָה לְעֵינֵיהֶֽם׃   ס 13 וַיֹּ֣אמֶר יְהוָ֔ה כָּ֣כָה יֹאכְל֧וּ בְנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֛ל אֶת־לַחְמָ֖ם טָמֵ֑א בַּגּוֹיִ֕ם אֲשֶׁ֥ר אַדִּיחֵ֖ם שָֽׁם׃ 14 וָאֹמַ֗ר אֲהָהּ֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה הִנֵּ֥ה נַפְשִׁ֖י לֹ֣א מְטֻמָּאָ֑ה וּנְבֵלָ֨ה וּטְרֵפָ֤ה לֹֽא־אָכַ֙לְתִּי֙ מִנְּעוּרַ֣י וְעַד־עַ֔תָּה וְלֹא־בָ֥א בְּפִ֖י בְּשַׂ֥ר פִּגּֽוּל׃   ס 15 וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י רְאֵ֗ה נָתַ֤תִּֽי לְךָ֙ אֶת־צפועי הַבָּקָ֔ר תַּ֖חַת גֶּלְלֵ֣י הָֽאָדָ֑ם וְעָשִׂ֥יתָ אֶֽת־לַחְמְךָ֖ עֲלֵיהֶֽם׃   ס 16 וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֗י בֶּן־אָדָם֙ הִנְנִ֨י שֹׁבֵ֤ר מַטֵּה־לֶ֙חֶם֙ בִּיר֣וּשָׁלִַ֔ם וְאָכְלוּ־לֶ֥חֶם בְּמִשְׁקָ֖ל וּבִדְאָגָ֑ה וּמַ֕יִם בִּמְשׂוּרָ֥ה וּבְשִׁמָּמ֖וֹן יִשְׁתּֽוּ׃ 17 לְמַ֥עַן יַחְסְר֖וּ לֶ֣חֶם וָמָ֑יִם וְנָשַׁ֙מּוּ֙ אִ֣ישׁ וְאָחִ֔יו וְנָמַ֖קּוּ בַּעֲוֺנָֽם׃   פ