אידיש
1
די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף מיר, און ער האָט מיך אַרױסגעטראָגן מיט דעם גײַסט פֿון גאָט, און האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אין מיטן פֿון דעם טאָל, און ער איז געװען פֿול מיט בײנער.
2
און ער האָט מיך פֿאַרבײַגעפֿירט פֿאַרבײַ זײ רונד אַרום, ערשט זײ זײַנען געװען זײער פֿיל איבערן טאָל, און פֿאַר װאָר, זײ זײַנען געװען זײער פֿאַרטריקנט.
3
און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, קענען די דאָזיקע בײנער לעבעדיק װערן? האָב איך געזאָגט: גאָט דו האַר, דו װײסט דאָך.
4
האָט ער צו מיר געזאָגט: זאָג נבֿיאות צו די דאָזיקע בײנער, און זאָלסט זאָגן צו זײ: איר טרוקענע בײנער, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:
5
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו די דאָזיקע בײנער: זעט, איך ברענג אַרײַן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן.
6
יאָ, איך װעל געבן אױף אײַך אָדערן, און װעל אַרױפֿטאָן אױף אײַך פֿלײש, און אַרױפֿציִען אױף אײַך אַ הױט, און אַרײַנגעבן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן; און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
7
און איך האָב נבֿיאות געזאָגטאַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן; און עס איז געװאָרן אַ גערױש, װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט; ערשט אַ גערודער, און די בײנער האָבן גענענט בײן צו זײַן בײן.
8
און איך האָב געזען, ערשט אָדערן זײַנען אױף זײ, און פֿלײש איז אַרױפֿגעװאַקסן, און אַ הױט האָט זיך אַריבערגעצױגן אױף זײ פֿון אױבן, נאָר קײן אָטעם איז אין זײ ניט געװען.
9
האָט ער צו מיר געזאָגט: זאָג נבֿיאות צו דעם אָטעם, זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו דעם אָטעם: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: פֿון די פֿיר װינטן קום, דו אָטעם, און הױך אַרײַן אין די דאָזיקע הרוּגים, אַז זײ זאָלן לעבעדיק װערן.
10
און איך האָב נבֿיאות געזאָגטאַזױ װי ער האָט מיר באַפֿױלן, און דער אָטעם איז אין זײ אַרײַן, און זײ זײַנען לעבעדיק געװאָרן; און זײ האָבן זיך געשטעלט אױף זײערע פֿיס, אַ זײער זײער גרױסע מחנה.
11
און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, די דאָזיקע בײנער, זײ זײַנעןדאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל; זע, זײ זאָגן: פֿאַרטריקנט זײַנען אונדזערע בײנער, און פֿאַרלאָרן איז אונדזער האָפֿונג; פֿאַרשניטן זײַנען מיר.
12
דרום זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך עפֿן אײַערע קבֿרים, און װעל אײַך, מײַן פֿאָלק, אױפֿברענגען פֿון אײַערע קבֿרים. און אײַך ברענגען אױף דער ערד פֿון ישׂראל.
13
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך עפֿן אײַערע קבֿרים, און װען איך ברענג אײַך אױף, מײַן פֿאָלק, פֿון אײַערע קבֿרים,
14
און איך װעל אַרײַנגעבן מײַן גײַסט אין אײַך, און איר װעט לעבעדיק װערן; און איך װעל אײַך באַרוען אױף אײַער ערד; און איר װעט װיסן אַז איך יהוההאָב גערעדט און געטאָן, זאָגט יהוה.
15
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
16
און דו מענטשנקינד, נעם דיר אײן האָלץ, און שרײַב אָן אױף אים: פֿאַר יהוּדה, און פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל זײַנע חבֿרים; און נעם דיר אײן האָלץ, און שרײַב אָן אױף אים: פֿאַר יוסף – דער האָלץ פֿון אפֿרַיִם, און פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל זײַנע חבֿרים;
17
און גענען זײ דיר אײנעם צום אַנדערן אין אײן האָלץ, אַז זײ זאָלן װערן אײנס אין דײַן האַנט.
18
און אַז די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק װעלן זאָגן צו דיר, אַזױ צו זאָגן: װילסטו אונדז ניט זאָגן װאָס די דאָזיקע זײַנען דיר?
19
רעד צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זעט, איך נעם דעם האָלץ פֿון יוסף װאָס אין דער האַנט פֿון אפֿרַיִם, און די שבֿטים פֿון ישׂראל זײַנע חבֿרים, און איך װעל זײ צוטאָן צו אים אין אײנעם מיט דעם האָלץ פֿון יהוּדה, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן האָלץ, און זײ װעלן װערן אײנער אין מײַן האַנט.
20
און די העלצער װאָס דו װעסט אױף זײ שרײַבן, זאָלן זײַן אין דײַן האַנט פֿאַר זײערע אױגן.
21
און רעד צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך נעם צונױף די קינדער פֿון ישׂראלפֿון צװישן די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען אַװעק אַהין, און איך װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון רונד אַרום, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד.
22
און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן פֿאָלק אין לאַנד, אױף די בערג פֿון ישׂראל, און אײן מלך װעט זײַן בײַ זײ אַלעמען צום מלך; און זײ װעלן מער ניט זײַן אין צװײ פֿעלקער, און װעלן מער ניט צעטײלט װערן װידער אין צװײ מלוכות.
23
און זײ װעלן זיך מער ניט פֿאַראומרײניקןמיט זײערע אָפּגעטער, און מיט זײערע אומװערדיקײטן, און מיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן; און איך װעל זײ העלפֿן פֿון אַלע זײערע װױנערטערװאָס זײ האָבן געזינדיקט אין זײ, און איך װעל זײ רײניקן; און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום גאָט.
24
און מײַן קנעכט דוד װעט זײַן אַ מלך איבער זײ, און אײן פּאַסטוך װעט זײַן בײַ זײ אַלעמען; און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ גײן, און מײַנע חוקים װעלן זײ היטן און זײ טאָן.
25
און זײ װעלן זיצן אױף דעם לאַנדװאָס איך האָב געגעבן צו מײַן קנעכט, צו יעקבֿן, װאָס אײַערע עלטערן זײַנען געזעסן דערין; און זײ װעלן זיצן דערױף, זײ, און זײערע קינדער, און זײערע קינדסקינדער ביז אײביק; און מײַן קנעכט דוד װעט זײ זײַן אַ פֿירשט אױף אײביק.
26
און איך װעל זײ שליסן אַ בונד פֿון שלום – אַן אײביקער בונד װעט עס זײַן מיט זײ; און איך װעל זײ באַזעצן, און זײ מערן, און װעל מאַכן מײַן הײליקטום צװישן זײ אױף אײביק.
27
און מײַן רוּונג װעט זײַן איבער זײ; און איך װעל זײ זײַן צום גאָט, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק.
28
און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך יהוה הײליק ישׂראל, װען מײַן הײליקטום װעט זײַן צװישן זײ אױף אײביק.