Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו באַרג שֵׂעִיר, און זאָגט נבֿיאות אױף אים; 3 און זאָלסט זאָגן צו אים: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך קום צו דיר, באַרג שֵׂעִיר, און װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דיר, און װעל דיך מאַכן אַ װיסט און װיסטעניש. 4 דײַנע שטעט װעל איך חרובֿ מאַכן, און דו װעסט אַ װיסטעניש זײַן; און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה. 5 װײַל בײַ דיר איז געװען אַן אײביקע שׂנאה, און האָסט איבערגעענטפֿערט די קינדער פֿון ישׂראלאין דער מאַכט פֿון שװערד, אין דער צײַט פֿון זײער בראָך, אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג, 6 דרום, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אַז צו בלוט װעל איך דיך מאַכן, און בלוט װעט דיך נאָכיאָגן; פֿאַר װאָר, אײגן בלוט האָסטו פֿײַנט געהאַט, דרום זאָל בלוט דיך נאָכיאָגן. 7 און איך װעל מאַכן באַרג שֵׂעִירפֿאַר אַ װיסט און װיסטעניש, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אים גײער און קומער. 8 און איך װעל אָנפֿילן זײַנע בערג מיט זײַנע דערשלאָגענע; דײַנע הײכן, און דײַנע טאָלן, און אַלע דײַנע גראָבנס – דערשלאָגענע פֿון שװערד װעלן פֿאַלן אין זײ. 9 אײביקע װיסטענישן װעל איך דיך מאַכן, און דײַנע שטעט װעלן ניט װידערקערן; און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. 10 װײַל דו האָסט געזאָגט: ״די בײדע פֿעלקער און די בײדע לענדער װעלן מײַנע װערן, און מיר װעלן זײ יַרשען, ״הגם גאָט איז דאָרט געװען, 11 דרום, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אַז איך װעל טאָן אַזױ װי דײַן צאָרן און װי דײַן קנאה װאָס דו האָסט באַװיזן, פֿון דײַן שׂנאה צו זײ; און איך װעל באַװוּסט װערן צװישן זײ, װען איך װעל דיך משפּטן. 12 און װעסט װיסן אַז איך יהוה האָב געהערטאַלע דײַנע לעסטערונגען װאָס דו האָסט געזאָגטאױף די בערג פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרװיסט זײַנען זײ געװאָרן, אונדז זײַנען זײ געגעבן געװאָרן צו שפּײַז. 13 און איר האָט זיך געגרײסט קעגן מיר מיט אײַער מױל, און האָט געמערט קעגן מיר אײַערע װערטער; איך האָב געהערט. 14 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װען די גאַנצע ערד פֿרײט זיך, װעל איך דיך מאַכן אַ װיסטעניש. 15 אַזױ װי דו האָסט זיך געפֿרײטאיבער דער נחלה פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, פֿאַר װאָס זי איז װיסט געװאָרן, אַזױ װעל איך טאָן צו דיר; אַ װיסטעניש װעסטו װערן, באַרג שֵׂעִיר, און גאַנץ אדום אין גאַנצן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
עברית
1 וַיְהִ֥י דְבַר־יְהוָ֖ה אֵלַ֥י לֵאמֹֽר׃ 2 בֶּן־אָדָ֕ם שִׂ֥ים פָּנֶ֖יךָ עַל־הַ֣ר שֵׂעִ֑יר וְהִנָּבֵ֖א עָלָֽיו׃ 3 וְאָמַ֣רְתָּ לּ֗וֹ כֹּ֤ה אָמַר֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה הִנְנִ֥י אֵלֶ֖יךָ הַר־שֵׂעִ֑יר וְנָטִ֤יתִי יָדִי֙ עָלֶ֔יךָ וּנְתַתִּ֖יךָ שְׁמָמָ֥ה וּמְשַׁמָּֽה׃ 4 עָרֶ֙יךָ֙ חָרְבָּ֣ה אָשִׂ֔ים וְאַתָּ֖ה שְׁמָמָ֣ה תִֽהְיֶ֑ה וְיָדַעְתָּ֖ כִּֽי־אֲנִ֥י יְהוָֽה׃ 5 יַ֗עַן הֱי֤וֹת לְךָ֙ אֵיבַ֣ת עוֹלָ֔ם וַתַּגֵּ֥ר אֶת־בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֖ל עַל־יְדֵי־חָ֑רֶב בְּעֵ֣ת אֵידָ֔ם בְּעֵ֖ת עֲוֺ֥ן קֵֽץ׃ 6 לָכֵ֣ן חַי־אָ֗נִי נְאֻם֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה כִּֽי־לְדָ֥ם אֶעֶשְׂךָ֖ וְדָ֣ם יִרְדֲּפֶ֑ךָ אִם־לֹ֥א דָ֛ם שָׂנֵ֖אתָ וְדָ֥ם יִרְדֲּפֶֽךָ׃ 7 וְנָֽתַתִּי֙ אֶת־הַ֣ר שֵׂעִ֔יר לְשִֽׁמְמָ֖ה וּשְׁמָמָ֑ה וְהִכְרַתִּ֥י מִמֶּ֖נּוּ עֹבֵ֥ר וָשָֽׁב׃ 8 וּמִלֵּאתִ֥י אֶת־הָרָ֖יו חֲלָלָ֑יו גִּבְעוֹתֶ֤יךָ וְגֵאוֹתֶ֙יךָ֙ וְכָל־אֲפִיקֶ֔יךָ חַלְלֵי־חֶ֖רֶב יִפְּל֥וּ בָהֶֽם׃ 9 שִֽׁמְמ֤וֹת עוֹלָם֙ אֶתֶּנְךָ֔ וְעָרֶ֖יךָ לֹ֣א תישבנה וִֽידַעְתֶּ֖ם כִּֽי־אֲנִ֥י יְהוָֽה׃ 10 יַ֣עַן אֲ֠מָרְךָ אֶת־שְׁנֵ֨י הַגּוֹיִ֜ם וְאֶת־שְׁתֵּ֧י הָאֲרָצ֛וֹת לִ֥י תִהְיֶ֖ינָה וִֽירַשְׁנ֑וּהָ וַֽיהוָ֖ה שָׁ֥ם הָיָֽה׃ 11 לָכֵ֣ן חַי־אָ֗נִי נְאֻם֮ אֲדֹנָ֣י יְהוִה֒ וְעָשִׂ֗יתִי כְּאַפְּךָ֙ וּכְקִנְאָ֣תְךָ֔ אֲשֶׁ֣ר עָשִׂ֔יתָה מִשִּׂנְאָתֶ֖יךָ בָּ֑ם וְנוֹדַ֥עְתִּי בָ֖ם כַּאֲשֶׁ֥ר אֶשְׁפְּטֶֽךָ׃ 12 וְֽיָדַעְתָּ֮ כִּֽי־אֲנִ֣י יְהוָה֒ שָׁמַ֣עְתִּי אֶת־כָּל־נָאָֽצוֹתֶ֗יךָ אֲשֶׁ֥ר אָמַ֛רְתָּ עַל־הָרֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל לֵאמֹ֣ר שממה לָ֥נוּ נִתְּנ֖וּ לְאָכְלָֽה׃ 13 וַתַּגְדִּ֤ילוּ עָלַי֙ בְּפִיכֶ֔ם וְהַעְתַּרְתֶּ֥ם עָלַ֖י דִּבְרֵיכֶ֑ם אֲנִ֖י שָׁמָֽעְתִּי׃   ס 14 כֹּ֥ה אָמַ֖ר אֲדֹנָ֣י יְהוִ֑ה כִּשְׂמֹ֙חַ֙ כָּל־הָאָ֔רֶץ שְׁמָמָ֖ה אֶעֱשֶׂה־לָּֽךְ׃ 15 כְּשִׂמְחָ֨תְךָ֜ לְנַחְלַ֧ת בֵּֽית־יִשְׂרָאֵ֛ל עַ֥ל אֲשֶׁר־שָׁמֵ֖מָה כֵּ֣ן אֶעֱשֶׂה־לָּ֑ךְ שְׁמָמָ֨ה תִֽהְיֶ֤ה הַר־שֵׂעִיר֙ וְכָל־אֱד֣וֹם כֻּלָּ֔הּ וְיָדְע֖וּ כִּֽי־אֲנִ֥י יְהוָֽה׃   פ