אידיש
1
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2
מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די פּאַסטוכער פֿון ישׂראל; זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ, צו די פּאַסטוכער: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װײ, די פּאַסטוכער פֿון ישׂראלװאָס האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן! דאַרפֿן ניט די פּאַסטוכער די שאָף פֿיטערן?
3
דאָס פֿעטס עסט איר אױף, און מיט דער װאָל באַקלײדט איר זיך, די פֿעטע טוט איר שעכטן; די שאָף פֿיטערן טוט איר ניט.
4
די שלאַפֿע האָט איר ניט געשטאַרקט, און די קראַנקע האָט איר ניט געהײלט, און די צעבראָכענע האָט איר ניט אַרומגעבונדן, און די פֿאַרשטױסענע האָט איר ניט אומגעקערט, און די פֿאַרלאָרענע האָט איר ניט געזוכט, און מיט געװאַלט האָט איר געװעלטיקט איבער זײ, און מיט האַרטיקײט.
5
און זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און געװאָרן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל זײ זײַנען צעשפּרײט געװען.
6
האָבן געבלאָנדזשעט מײַנע שאָף אױף אַלע בערג, און אױף איטלעכן הױכן בערגל; און איבערן גאַנצן געזיכט פֿון דער ערדזײַנען צעשפּרײט געװאָרן מײַנע שאָף, און ניט געװען קײן פֿרעגער און קײן זוכער.
7
דרום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:
8
אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, פֿאַר װאָר, װײַל מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו רױב, און מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו שפּײַזפֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און מײַנע פּאַסטוכער האָבן ניט נאָכגעפֿרעגט אױף מײַנע שאָף, און די פּאַסטוכער האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן, און מײַנע שאָף האָבן זײ ניט געפֿיטערט,
9
דרום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:
10
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך קום צו די פּאַסטוכער, און װעל מאָנען מײַנע שאָף פֿון זײער האַנט, און װעל זײ אָפּשאַפֿן פֿון פֿיטערן שאָף, און די פּאַסטוכער װעלן מער ניט פֿיטערן זיך אַלײן; און איך װעל מציל זײַן מײַנע שאָף פֿון זײער מױל, און זײ װעלן מער ניט זײַן זײ צו שפּײַז.
11
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אָט בין איך, און איך װעל נאָכפֿרעגן אױף מײַנע שאָף, און איך װעל זײ אױפֿזוכן.
12
װי אַ פּאַסטוך זוכט נאָך זײַן סטאַדע אין דעם טאָג װאָס ער איז צװישן זײַנע שאָף די צעשפּרײטע, אַזױ װעל איך נאָכזוכן מײַנע שאָף; און איך װעל זײ מציל זײַן פֿון אַלע ערטער װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין אין דעם טאָג פֿון װאָלקן און נעבל.
13
און איך װעל זײ אַרױסציִען פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד; און איך װעל זײ פֿיטערן אױף די בערג פֿון ישׂראל, בײַ די שטראָמען, און אין אַלע װױנערטער פֿון לאַנד.
14
אױף אַ גוטער פֿיטערונג װעל איך זײ פֿיטערן, און אױף די הױכע בערג פֿון ישׂראל װעט זײַן זײער לאָנקע; דאָרטן װעלן זײ הױערן אין אַ גוטער לאָנקע, און אַ פֿעטע פֿיטערונג װעלן זײ זיך פֿיטערןאױף די בערג פֿון ישׂראל.
15
איך װעל פֿיטערן מײַנע שאָף, און איך װעל זײ מאַכן הױערן, זאָגט גאָט דער האַר.
16
די פֿאַרלאָרענע װעל איך אױפֿזוכן, און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אומקערן, און די צעבראָכענע װעל איך אַרומבינדן, און די קראַנקע װעל איך שטאַרקן, און די פֿעטע און די שטאַרקע װעל איך פֿאַרטיליקן; מיט גערעכטיקײט װעל איך זײ פֿיטערן.
17
און איר מײַנע שאָף, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זעט, איך משפּט צװישן אַ לאַם און אַ לאַם, די װידערס און די בעק.
18
װינציק אײַך װאָס די בעסטע פֿיטערונג פֿיטערט איר אײַך, אַז דעם איבערבלײַב פֿון אײַער פֿיטערונגצעטראַמפּלט איר מיט אײַערע פֿיס? און װאָס אָפּגעשטאַנען װאַסער טרינקט איר, אַז דאָס איבעריקע צעקױטיקט איר מיט אײַערע פֿיס?
19
און מײַנע שאָף פֿיטערן זיךאױף װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעטראַמפּלט, און טרינקען װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעקױטיקט.
20
דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט צו זײ: אָט בין איך, און איך װעל משפּטןצװישן דעם פֿעטן לאַם און דעם מאָגערן לאַם.
21
װײַל מיט דער זײַט און מיטן אַקסל שטופּט איר, און מיט אײַערע הערנער שטױסט איר, אַלע שלאַפֿע, ביז איר האָט זײ צעשפּרײט דערױסן,
22
דרום װעל איך העלפֿן מײַנע שאָף, און זײ װעלן מער ניט זײַן צו רױב; און איך װעל משפּטן צװישן אַ לאַם און אַ לאַם.
23
און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ אײן פּאַסטוךװאָס װעט זײ פֿיטערן – מײַן קנעכט דוד; ער װעט זײ פֿיטערן, און ער װעט זײ זײַן צום פּאַסטוך.
24
און איך יהוה װעל זײ זײַן צום גאָט, און מײַן קנעכט דוד אַ פֿירשט צװישן זײ; איך יהוה האָב גערעדט.
25
און איך װעל זײ שליסן אַ בונד פֿון שלום, און װעל פֿאַרשטערן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און זײ װעלן זיצן אין מדבר אין זיכערקײט, און שלאָפֿן אין די װעלדער.
26
און איך װעל מאַכן זײ און רונד אַרום מײַן באַרגפֿאַר אַ בענטשונג; און איך װעל מאַכן נידערן דעם רעגן אין זײַן צײַט; געבענטשטע רעגנס װעלן דאָס זײַן.
27
און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן זײַן פֿרוכט, און די ערד װעט געבן איר געװעקס; און זײ װעלן זײַן אױף זײער ערד אין זיכערקײט; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך צעברעך די שטאַנגען פֿון זײער יאָך, און װעל זײ מציל זײַן פֿון דער האַנטפֿון די װאָס אַרבעטן מיט זײ.
28
און זײ װעלן מער ניט זײַן אַ רױב פֿאַר די פֿעלקער, און די חיה פֿון לאַנד װעט זײ ניט פֿאַרצערן; און זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, און קײנער װעט ניט שרעקן.
29
און איך װעל זײ אױפֿשטעלן אַ פֿלאַנצונג פֿאַר אַ שם, און עס װעלן מער ניט זײַן אין לאַנדאױסגעגאַנגענע פֿון הונגער, און זײ װעלן מער ניט טראָגןדי שאַנד פֿון די פֿעלקער.
30
און זײ װעלן װיסןאַז איך יהוה זײער גאָט בין מיט זײ, און זײ, דאָס הױז פֿון ישׂראל, זײַנען מײַן פֿאָלק, זאָגט גאָט דער האַר.
31
און איר זײַט מײַנע שאָף; די מענטשנשאָף פֿון מײַן פֿיטערונג זײַט איר; און איך בין אײַער גאָט זאָגט גאָט דער האַר.