אידיש
1
און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2
מענטשנקינד, װײַל צור האָט געזאָגט אױף ירושלים: אַהאַ! צעבראָכן איז די טיר פֿון די אומות, צו מיר גײט עס איבער; איך װעל פֿול װערן פֿון דעם חורבן.
3
דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: זע, איך קום אױף דיר, צור, און װעל אױפֿברענגען אױף דיר פֿיל פֿעלקער, אַזױ װי דער ים ברענגט אױף זײַנע װעלן.
4
און זײ װעלן צעשטערן די מױערן פֿון צור, און אײַנװאַרפֿן אירע טורעמס; און איך װעל אָפּשאָבן איר ערד פֿון איר, און װעל זי מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז.
5
אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט זי זײַןאין מיטן פֿון ים; װאָרום איך האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר; און זי װעט זײַן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער.
6
און אירע טעכטערשטעט װאָס אין פֿעלדװעלן מיטן שװערד אױסגעהרגעט װערן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
7
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך ברענג אױף צור נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, פֿון צפֿון אַהער, דעם מלך פֿון מלכים, - מיט פֿערד, און מיט רײַטװעגן, און מיט רײַטער, און אַן אײַנזאַמלונג, און פֿאָלק אַ סך.
8
דײַנע טעכטערשטעט אין פֿעלדװעט ער מיטן שװערד אױסהרגען; און ער װעט מאַכן אַרום דיר אַ באַלעגערמױער, און אָנשיטן אַרום דיר אַן ערדװאַל, און אױפֿשטעלן קעגן דיר אַ שילד.
9
און זײַנע מױערברעכער װעט ער אָנשטעלןאַקעגן דײַנע מױערן, און דײַנע טורעמס װעט ער צעברעכןמיט די העק זײַנע.
10
פֿון דער פֿילקײט פֿון זײַנע פֿערד, װעט דיך זײער שטױב פֿאַרדעקן; פֿון גערױש פֿון רײַטער, און רעדער און רײַטװעגן, װעלן ציטערן דײַנע מױערן, װען ער קומט אין דײַנע טױערן, װי מע קומט אין אַן אײַנגעבראָכענער שטאָט;
11
מיט די קלױען פֿון זײַנע פֿערדװעט ער צעטרעטן אַלע דײַנע גאַסן; דײַן פֿאָלק װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען. און דײַנע שטאַרקע זײַלשטײנערװעלן צו דער ערד נידערן.
12
און זײ װעלן ראַבעװען דײַן פֿאַרמעג, און רױבן דײַן סחורה; און זײ װעלן צעשטערן דײַנע מױערן, און דײַנע גלוסטיקע הײַזער װעלן זײ צעברעכן; און דײַנע שטײנער און דײַנע האָלצן און דײַן ערדװעלן זײ אין מיטן װאַסער אַהינטאָן.
13
און איך װעל מאַכן אױפֿהערןדעם טומל פֿון דײַנע געזאַנגען, און דער קָול פֿון דײַנע האַרפֿןװעט מער ניט געהערט װערן.
14
און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז, אױף אױסשפּרײטן נעצן װעסטו זײַן; װעסט מער ניט אָפּגעבױט װערן; װאָרום איך יהוה האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר.
15
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו צור: פֿאַר װאָר פֿון דעם קלאַפּ פֿון דײַן פֿאַלן, װען דערשלאָגענע קרעכצן, װען הרוּגים װערן געהרגעט אין דיר, װעלן ציטערן די אינדזלען.
16
און נידערן פֿון זײערע טראָנעןװעלן אַלע פֿירשטן פֿון ים, און זײ װעלן אױסטאָן זײערע מאַנטלען, און זײערע געשטיקטע קלײדער װעלן זײ אַראָפּציִען; ציטערניש װעלן זײ אָנטאָן, אױף דער ערד װעלן זײ זיצן, און אױפֿציטערן װעלן זײ אַלע רגע, און באַנומען װערן פֿון װעגן דיר.
17
און זײ װעלן אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג, און װעלן זאָגן צו דיר: װי ביסטו אונטערגעגאַנגען, דו באַזעצטע בײַ ימען, דו גערימטע שטאָט, װאָס איז געװען שטאַרק אױפֿן ים, זי און אירע באַװױנער, װאָס האָבן געװאָרפֿן זײער שרעקאױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד!
18
אַצונד ציטערן די אינדזלעןאין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן; יאָ, די אינדזלען װאָס אין יםזײַנען דערשראָקן פֿון דײַן אױסלאָזן.
19
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װען איך מאַך דיך אַ פֿאַרװיסטע שטאָט, װי שטעט װאָס װערן ניט באַװױנט, װען איך ברענג-אױף דיר דעם תּהָום, און די גרױסע װאַסערן װעלן דיך באַדעקן,
20
װעל איך דיך נידערן מיט די גענידערטע אין גרוב, מיט דעם פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן, און איך װעל דיך באַזעצן אין אונטערערד, װי די חורבֿות פֿון פֿאַרצײַטן, מיט די גענידערטע אין גרוב, כּדי דו זאָלסט ניט באַזעצט װערן; און איך װעל געבן פּראַכט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
21
פֿאַר אַ שרעקעניש װעל איך דיך מאַכן, און װעסט מער ניט זײַן, און װעסט געזוכט װערן, און מער ניט געפֿונען װערן אױף אײביק, זאָגט גאָט דער האַר.