אידיש
1
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2
מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די קינדער פֿון עמון, און זאָג נבֿיאות אױף זײ.
3
און זאָלסט זאָגן צו די קינדער פֿון עמון: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט דעם האַר: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װײַל דו האָסט געזאָגט אַהאַ! אױף מײַן הײליקטום, װאָס עס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן, און אױף דער ערד פֿון ישׂראל, װאָס זי איז פֿאַרװיסט געװאָרן, און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה, װאָס זײ זײַנען אין גלות אַװעק,
4
דרום זע, איך גיב דיך צו די קינדער פֿון מזרח פֿאַר אַ ירושה, און זײ װעלן באַזעצן זײערע לאַגערדערפֿער אין דיר, און מאַכן אין דיר זײערע װױנונגען; זײ װעלן עסן דײַן פֿרוכט, און זײ װעלן טרינקען דײַן מילך.
5
און איך װעל מאַכן רַבָה פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון קעמלען, און די קינדער פֿון עמון פֿאַר אַ הױעראָרט פֿון שאָף; און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
6
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װײַל דו האָסט געפּאַטשט מיט דער האַנט, און געקלאַפּט מיטן פֿוס, און זיך געפֿרײט אין אַל דײַן פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, װעגן דער ערד פֿון ישׂראל,
7
דרום זע, איך האָב אױסגעשטרעקט מײַן האַנט אױף דיר, און איך װעל דיך מאַכן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער, און װעל דיך פֿאַרשנײַדן פֿון די אומות, און װעל דיך אונטערברענגען פֿון די לענדער; איך װעל דיך פֿאַרטיליקן, און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה.
8
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װײַל מואָבֿ און שֵׂעִיר האָבן געזאָגט: זע, אַזױ װי אַלע פֿעלקער איז דאָס הױז פֿון יהוּדה,
9
דרום זע, איך עפֿן דעם רוקן פֿון מואָבֿ פֿון די שטעט, פֿון זײַנע שטעט בײַ זײַן עק, דאָס שײנע לאַנד בית-ישימות, בַעַל-מעון, און קִריָתַים,
10
אין אײנעם מיט די קינדער פֿון עמון – פֿאַר די קינדער פֿון מזרח, און איך װעל עס זײ געבן פֿאַר אַ ירושה, כּדי די קינדער פֿון עמוןזאָלן מער ניט געדאַכט װערן צװישן די פֿעלקער.
11
און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף מואָבֿ, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
12
אַזױ האָט געזאָגט דער האַר: װײַל אדום איז זיך באַגאַנגען מיט נקמה-נעמונגאַקעגן דעם הױז פֿון יהוּדה, און זײ האָבן זיך שולדיק פֿאַרשולדיקט, און זיך נוקם געװען אָן זײ,
13
דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף אדום, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, און װעל זי מאַכן אַ װיסטעניש פֿון תֵּימָן ביז דדָן; דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן.
14
און איך װעל ברענגען מײַן נקמה אױף אדוםדורך דער האַנט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ װעלן טאָן צו אדוםלױט מײַן כּעס און לױט מײַן גרימצאָרן; און זײ װעלן שפּירן מײַן נקמה, זאָגט גאָט דער האַר.
15
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: װײַל די פּלִשתּים זײַנען זיך באַגאַנגען מיט נקמה, און האָבן נקמה גענומען מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, אומצוברענגען, פֿון אײביקער שׂנאה,
16
דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: זע, איך שטרעק אױס מײַן האַנט אױף די פּלִשתּים, און װעל פֿאַרשנײַדן די כּרֵתים, און װעל אונטערברענגען דעם איבערבלײַבפֿון דעם באָרטן פֿון ים.
17
און איך װעל טאָן אױף זײ גרױסע נקמותמיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך ברענג מײַן נקמה אױף זײ.