אידיש
1
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2
מענטשנקינד, טו דײַן פּנים אַקעגן דָרום, און רעד צום דָרום, און זאָגט נבֿיאות אױף דעם װאַלד פֿון פֿעלד אין דָרום;
3
און זאָלסט זאָגן צום װאַלד פֿון דָרום: הער דאָס װאָרט פֿון גאָט: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך צינד אָן אין דיר אַ פֿײַער, און עס װעט פֿאַרצערן אין דיר איטלעך פֿײַכטן בױםאון איטלעך טרוקענעם בױם; די פֿלאַמפֿײַער װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן, און אַלע פּנימער פֿון דָרום ביז צפֿוןװעלן אָנגעברענט װערן דערפֿון.
4
און אַלע לײַבער װעלן זען, אַז איך יהוה האָב זײ אָנגעצונדן; זי װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן.
5
האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, זײ זאָגן אױף מיר: איז ער ניט אַ משלים-זאָגער?
6
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
7
מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו ירושלים, און רעד צו די הײליקטומען, און זאָג נבֿיאות אױף דער ערד פֿון ישׂראל.
8
און זאָלסט זאָגן צו דער ערד פֿון ישׂראל: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך קום צו דיר, און איך װעל אַרױסציִען מײַן שװערד פֿון איר שײד, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן רָשע.
9
װײַל איך װיל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן רָשע, דרום װעט אַרױסגײן מײַן שװערד פֿון איר שײדאױף אַלע לײַבער פֿון דָרום ביז צפֿון.
10
און אַלע לײַבער װעלן װיסןאַז איך יהוה האָב אַרױסגעצױגןמײַן שװערד פֿון איר שײד; זי װעט זיך מער ניט אומקערן.
11
און דו מענטשנקינד, זיפֿץ; מיט ברעכעניש פֿון לענדן און מיט ביטערקײטזאָלסטו זיפֿצן פֿאַר זײערע אױגן.
12
און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר; אױף װאָס זיפֿצסטו? זאָלסטו זאָגן: אױף דער הערונג װאָס קומט: און איטלעך האַרץ װעט צעגײן, און אַלע הענט װעלן שלאַף װערן, און איטלעך געמיט װעט באַטריבט װערן, און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער. זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט גאָט דער האַר.
13
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
14
מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זאָג: אַ שװערד, אַ שװערד איז געשאַרפֿט, און איז אױך געשליפֿן; כּדי צו שעכטן אַ שעכטונג איז זי געשאַרפֿט,
15
כּדי צו האָבן אַ בליץ איז זי געשליפֿן – װײ, עס פֿאַרגײט דער שטאַם פֿון מײַן זון! – זי פֿאַרלענדט דעם גאַנצן בױם.
16
און מע האָט זי געגעבן צו שלײַפֿן, אױף צו נעמען אין פֿױסט; זי איז געשאַרפֿט, די שװערד, און זי איז געשליפֿן, זי צו געבן אין האַנט פֿון דעם טײטער.
17
שרײַ און יאָמער, דו מענטשנקינד, װאָרום זי איז אױף מײַן פֿאָלק, זי איז אױף אַלע פֿירשטן פֿון ישׂראל; איבערגעענטפֿערט צום שװערד זײַנען זײ מיט מײַן פֿאָלק; דרום שלאָג אױפֿן לענד.
18
װאָרום ער װעט געפּרוּװט װערן; און װי נאָך! אַז זי פֿאַרלענדט דעם שטאַם, ער זאָל גאָר ניט זײַן, זאָגט גאָט דער האַר.
19
און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און קלאַפּ אַ האַנט אױף אַ האַנט, און זאָל די שװערד פֿאַרטאָפּלט װערן דרײַפֿאַכיק; דאָס איז די שװערד פֿאַר די װאָס דאַרפֿן דערשלאָגן װערן, די שװערד פֿאַר דעם גרױסן װאָס דאַרף דערשלאָגן װערן, װאָס רינגלט זײ אַרום.
20
כּדי דאָס האַרץ זאָל צעגײן, און צו מערן די שטרױכלונגען, האָב איך אױף אַלע זײערע טױערןגעבראַכט דעם שרעק פֿון שװערד; װײ, זי איז צו בליצן געמאַכט, צו שעכטונג געשאַרפֿט.
21
פֿאַרנעם זיך רעכטס, פֿאַרקער זיך לינקס, װוּהין דײַן שאַרף איז געקערט!
22
און איך אױך װעל קלאַפּן אַ האַנט אױף אַ האַנט, און װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן; איך יהוה האָב גערעדט.
23
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
24
און דו מענטשנקינד, מאַך דיר צװײ װעגן, פֿאַר דעם שװערד פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל צו קומען; פֿון אײן לאַנד זאָלן זײ בײדע אַרױסגײן. און אַ װעגװײַזער שטעל אױף; בײַם אָנהײב װעג צו דער שטאָט שטעל אים אױף.
25
מאַך אַ װעג פֿאַר דער שװערדצו קומען אױף רַבָה פֿון די קינדער פֿון עמון, און אױף יהוּדה אין ירושלים באַפֿעסטיקט.
26
װאָרום דער מלך פֿון בָבֿל שטעלט זיךבײַ דער שײדונג פֿון װעג, בײַם אָנהײב פֿון בײדע װעגן, צו טרעפֿן מיט כּישוף; ער שאָקלט מיט פֿײַלן, ער פֿרעגט בײַ דעם תּרפֿים, ער קוקט אין אַ לעבער.
27
אין זײַן רעכטער האַנט איז דער גורל אױף ירושלים אָנצושטעלן שטורעמבעק, צו עפֿענען דאָס מױל מיט רציחה, אױפֿצוהײבן דעם קָול אין געשרײ, צו שטעלן שטורעמבעק אױף די טױערן, אָנצושיטן אַן ערדװאַל, צו בױען אַ באַלעגער-מױער.
28
און בײַ זײ װעט עס זײַןװי אַ פֿאַלשער כּישוף אין זײערע אױגן; װאָכן אױף װאָכן האָבן זײ נאָך! אָבער דאָס מאַכט דערמאָנען די זינד, אַז זײ זאָלן געכאַפּט װערן.
29
דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: װײַל איר האָט געמאַכט דערמאָנען אײַערע זינד, װען אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, אַזױ אַז אײַערע זינד װײַזן זיך אַרױסאין אַלע אײַערע מעשׂים – װײַל איר זײַט דערמאָנט געװאָרן, װעט איר מיט דער האַנט געכאַפּט װערן.
30
און דו רָשע פֿאַרשװעכטער, דו פֿירשט פֿון ישׂראל װאָס זײַן טאָג איז געקומעןאין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג,
31
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אַװעק די הױב! און אַראָפּ די קרױן! דאָס איז ניט מער דאָס! דאָס נידעריקע דערהײבן, און דעם הױכן דערנידערן!
32
אַ חורבן, אַ חורבן, אַ חורבן װעל איך עס מאַכן; יאָ, דאָס װעט מער ניט זײַן, ביז עס קומט דער װעמען עס געהערט, און איך װעל עס אים געבן.
33
און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַראױף די קינדער פֿון עמון, און אױף זײער לעסטערונג; און זאָלסט זאָגן: שװערד, דו געצױגענע שװערד, צו שעכטונג געשליפֿן, צום אױסהאַלטן, כּדי בליציק צו זײַן –
34
בעת מע זעט װעגן דיר פֿאַלשקײט, בעת מע װאָרזאָגט װעגן דיר ליגן – דיך צו לײגן אױף די העלדזערפֿון רשָעים פֿאַרשװעכטע, װאָס זײער טאָג איז געקומען, אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג! –
35
קער זי אום אין איר שײד! – אין דעם אָרט װוּ דו ביסט געשאַפֿן געװאָרן, אין דעם לאַנד פֿון דײַן אָפּשטאַמונג, װעל איך דיך משפּטן.
36
און איך װעל אױסגיסן אױף דיר מײַן כּעס; – מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן גרימצאָרן װעל איך בלאָזן אױף דיר, און איך װעל דיך געבן אין דער האַנט פֿון מענטשן פֿייִשע מײַנסטערס אױף אומצוברענגען.
37
צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז װעסטו זײַן; דײַן בלוט װעט זײַן אין מיטן לאַנד; װעסט מער ניט געדאַכט װערן; װאָרום איך יהוה האָב גערעדט.