אידיש
1
און עס איז געװען אין זיבעטן יאָר, אין פֿינפֿטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל צו פֿרעגן בײַ גאָט, און זײ זײַנען געזעסן פֿאַר מיר.
2
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
3
מענטשנקינד, רעד צו די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: פֿרעגן בײַ מיר זײַט איר געקומען? אַזױ װי איך לעב, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! זאָגט גאָט דער האַר.
4
װילסטו זײ משפּטן? װילסטו משפּטן, מענטשנקינד? לאָז זײ װיסן די אומװערדיקײטן פֿון זײערע עלטערן.
5
און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אין דעם טאָג װאָס איך האָב אױסדערװײלט ישׂראל, און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און האָב זיך געלאָזט דערקענען צו זײ אין לאַנד מצרַיִם, האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, אַזױ צו זאָגן: איך בין יהוה אײַער גאָט.
6
אין יענעם טאָג האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ אַרױסצוציִען פֿון לאַנד מצרַיִם אין אַ לאַנד װאָס איך האָב אױסגעזוכט פֿאַר זײ, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער.
7
און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאַרפֿט אַװעק איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײַנע אױגן, און מיט די אָפּגעטער פֿון מצרַיִם זאָלט איר אײַך ניט פֿאַראומרײניקן; איך בין יהוה אײַער גאָט.
8
אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר, און זײ האָבן ניט געװאָלט צוהערן צו מיר; זײ האָבן ניט אַװעקגעװאָרפֿן איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײערע אױגן, און די אָפּגעטער פֿון מצרַיִם האָבן זײ ניט פֿאַרלאָזן; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין לאַנד מצרַיִם.
9
אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען געװען צװישן זײ, װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זיך געלאָזט דערקענען צו זײ, זײ אַרױסצוציִען פֿון לאַנד מצרַיִם.
10
און איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצרַיִם, און האָב זײ געבראַכט אין דער מדבר.
11
און איך האָב זײ געגעבן מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זײ געלאָזט װיסן, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ.
12
און אױך מײַנע שבֿטים האָב איך זײ געגעבן, צו זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן זײ, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך יהוה הײליק זײ.
13
אָבער דאָס הױז פֿון ישׂראל האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר אין דער מדבר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט ביז גאָר; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ אין דער מדבר, כּדי זײ צו פֿאַרלענדן.
14
אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿאַר זײערע אױגן.
15
נאָר איך האָב אױך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ ניט צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער;
16
װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים, אין זײ זײַנען זײ ניט געגאַנגען, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; נײַערט נאָך זײערע אָפּגעטער איז געגאַנגען זײער האַרץ.
17
אָבער מײַן אױג האָט זײ געשױנט, זײ ניט אומצוברענגען, און איך האָב ניט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג אין דער מדבר.
18
און איך האָב געזאָגט צו זײערע קינדער אין דער מדבר: אין די חוקים פֿון אײַערע עלטערן זאָלט איר ניט גײן, און זײערע געזעצן זאָלט איר ניט היטן, און מיט זײערע אָפּגעטער זאָלט איר אײַך ניט פֿאַראומרײניקן.
19
איך יהוה בין אײַער גאָט; אין מײַנע חוקים גײט, און מײַנע געזעצן היט, און טוט זײ.
20
און מײַנע שבֿטים האַלט הײליק, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן אײַך, כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך יהוה בין אײַער גאָט.
21
אָבער די קינדער האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ ניט געהיט זײ צו טאָן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין דער מדבר.
22
אָבער איך האָב אומגעקערט מײַן האַנט, און איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זײ אַרױסגעצױגן.
23
הגם איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ צו פֿאַרשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און זײ צו צעװאַרפֿן אין די לענדער;
24
װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ ניט געטאָן, און מײַנע חוקים האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט, און נאָך די אָפּגעטער פֿון זײערע עלטערן זײַנען געװען זײערע אױגן.
25
און איך אױך האָב זײ געגעבן חוקים ניט גוטע, און געזעצן װאָס זײ זאָלן ניט קענען לעבן דורך זײ;
26
און איך האָב זײ געלאָזט זיך פֿאַראומרײניקן מיט זײערע אָפּפֿערגעשאַנקען, מיט אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט; כּדי איך זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך בין יהוה.
27
דרום רעד צו דעם הױז פֿון ישׂראל, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: דערמיט אױך האָבן אײַערע עלטערן מיך געלעסטערט, װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן מיר.
28
װאָרום אַז איך האָב זײ געבראַכט אין דאָס לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ עס צו געבן, איז װוּ נאָר זײ האָבן געזען אַ הױך בערגל, און װוּ נאָר אַ געדיכטן בױם, האָבן זײ דאָרטן געשלאַכט זײערע שלאַכטאָפּפֿער, און זײ האָבן דאָרטן געבראַכט די דערצערענונג פֿון זײער קרבן, און דאָרטן געמאַכט זײער געשמאַקן רֵיח, און דאָרטן געגאָסן זײערע גיסאָפּפֿער.
29
און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס באַטײַט ״די בָמָה״? – װאָס איר מאַכט זיך נאַריש דאָרטן; דרום רופֿט מען איר נאָמען ״בָמָה״ ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
30
דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: איר פֿאַראומרײניקט אײַך אױף דעם שטײגער פֿון אײַערע עלטערן, און נאָך זײערע אומװערדיקײטן זײַט איר פֿאַרפֿירט,
31
און אַז איר ברענגט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, אַז איר מאַכט דורכגײן אײַערע קינדער דורכן פֿײַער, פֿאַראומרײניקט איר אײַך מיט אַלע אײַערע אָפּגעטער ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איך זאָל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך, הױז פֿון ישׂראל? אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך!
32
און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען װעט קײן מאָל ניט זײַן; װאָס איר זאָגט: מיר װעלן זײַן אַזױ װי די אומות, אַזױ װי די משפּחות פֿון די לענדער, צו דינען האָלץ און שטײן.
33
אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב ניט מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן, װעל איך קיניגן אױף אײַך!
34
און איך װעל אײַך אַרױסציִען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, װאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ, מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן.
35
און איך װעל אײַך ברענגען צום מדבר פֿון די פֿעלקער, און װעל זיך משפּטן מיט אײַך, פּנים-אל-פּנים.
36
אַזױ װי איך האָב זיך געמשפּט מיט אײַערע עלטערןאין מדבר פֿון לאַנד מצרַיִם, אַזױ װעל איך זיך משפּטן מיט אײַך, זאָגט גאָט דער האַר.
37
און איך װעל אײַך מאַכן דורכגײן אונטער דער רוט, און װעל אײַך ברענגען אין דער פֿאַרקניפּונג פֿון בונד.
38
און איך װעל אױסרײניקן פֿון אײַך די װידערשפּעניקער, און די װאָס ברעכן אָן מיר; פֿון דעם לאַנד פֿון זײער פֿרעמדשאַפֿטװעל איך זײ אַרױסציִען, אָבער אױף דער ערד פֿון ישׂראלװעלן זײ ניט קומען; און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
39
און איר הױז פֿון ישׂראל, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: גײט דינט איטלעכער זײַנע אָפּגעטער, אַזױ װי איר װילט ניט צוהערן צו מיר; אָבער מײַן הײליקן נאָמען זאָלט איר מער ניט פֿאַרשװעכןמיט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, און מיט אײַערע אָפּגעטער.
40
װאָרום אױף מײַן הײליקן באַרג, אױף דעם הױכן באַרג פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר, דאָרטן װעט דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצןמיר דינען אין לאַנד; דאָרטן װעל איך זײ באַװיליקן, און דאָרטן װעל איך פֿאַרלאַנגען אײַערע אָפּשײדונגען, און אײַערע ערשטגאָבן, מיט אַלע אײַערע געהײליקטע זאַכן.
41
דורך אַ געשמאַקן רֵיח װעל איך אײַך באַװיליקן, װען איך צי אײַך אַרױס פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדערװאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ; און איך װעל געהײליקט װערן דורך אײַךאין די אױגן פֿון די אומות.
42
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך ברענג אײַך אױף דער ערד פֿון ישׂראל, אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אײַערע עלטערן.
43
און איר װעט דאָרטן דערמאָנען אײַערע װעגן, און אַלע אײַערע מעשׂים, װאָס איר האָט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײ, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײןפֿון װעגן אַלע אײַערע בײזן װאָס איר האָט געטאָן.
44
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך טו מיט אײַך פֿון מײַן נאָמען װעגן, ניט לױט אײַערע שלעכטע װעגן, און לױט אײַערע פֿאַרדאָרבענע מעשׂים, איר הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר.