אידיש
1
און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, שטעל זיך אױף דײַנע פֿיס, און איך װעל רעדן מיט דיר.
2
און אַ גײַסט איז אַרײַן אין מיר, װי ער האָט גערעדט צו מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס, און איך האָב געהערט דעם װאָס רעדט צו מיר.
3
און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, איך שיק דיך צו די קינדער פֿון ישׂראל, צו די װידערשפּעניקע שבֿטיםװאָס האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר; זײ און זײערע עלטערן האָבן געבראָכן אָן מיראַזש ביז הײַנטיקן טאָג.
4
און די קינדער האָבן פֿאַרשײַטע פּנימער און האַרטע הערצער: צו זײ שיק איך דיך, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר;
5
און זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן – װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ – זאָלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.
6
און דו מענטשנקינד, זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר זײ, און ניט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד, הגם דערנער און שטעכגעװעקס זײַנען אַרום דיר, און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן; פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו ניט מורא האָבן, און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו ניט אַנגסטן; װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ.
7
און זאָלסט רעדן מײַנע װערטער צו זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן; װאָרום לױטער װידערשפּעניקײט זײַנען זײ.
8
און דו מענטשנקינד, הער װאָס איך רעד צו דיר; זאָלסט ניט װידערשפּעניק זײַן װי דאָס װידערשפּעניקע געזינדל; מאַך אױף דײַן מױל, און עס װאָס איך גיב דיר.
9
און איך האָב אַ קוק געטאָן, ערשט אַ האַנט איז אױסגעשטרעקט צו מיר, און זע, אין איר איז געװען אַ מגילה פֿון אַ בוך.
10
און ער האָט זי אױסגעשפּרײט פֿאַר מיר, און זי איז געװען באַשריבן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק, און אױף איר איז געװען אָנגעשריבן קלאָגן און זיפֿצעניש און װײ.