אידיש
1
און דו הײב אױף אַ קלאָג אױף די פֿירשטן פֿון ישׂראל,
2
און זאָלסט זאָגן: װי איז דײַן מוטער אַ לײבינטע געװען! צװישן לײבן האָט זי געהױערט, צװישן יונגלײבןהאָט זי אירע יונגע דערצױגן.
3
און זי האָט אױפֿגעבראַכט אײנעם פֿון אירע יונגע, אַ יונגלײב איז ער געװאָרן; און ער האָט זיך אױסגעלערנט רױב פֿאַרצוקן, מענטשן האָט ער געגעסן.
4
האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף אים פֿעלקער – אין זײער גרוב איז ער געכאַפּט געװאָרן; און זײ האָבן אים מיט רינגען קײן לאַנד מצרַיִם געבראַכט.
5
און זי האָט געזען אַז אומזיסט האָט זי געהאַרט, פֿאַרלאָרן איז איר האָפֿונג, האָט זי װידער גענומען אײנעם פֿון אירע יונגע, פֿאַר אַ יונגלײב האָט זי אים געמאַכט.
6
און ער איז אומגעגאַנגען צװישן לײבן, אַ יונגלײב איז ער געװאָרן; אום ער האָט זיך אױסגעלערנט רױב פֿאַרצוקן, מענטשן האָט ער געגעסן.
7
און ער האָט געמערקט זײערע פּאַלאַצן, און פֿאַרװיסט זײערע שטעט; און דאָס לאַנד מיט איר פֿולקײט איז חרובֿ געװאָרןפֿון דעם קָול פֿון זײַן ברילן.
8
האָבן זיך פֿעלקער אַ לאָז געטאָן אױף אים, רונד אַרום פֿון די מדינות, און אױסגעשפּרײט אױף אים זײער נעץ – אין זײער גרוב איז ער געכאַפּט געװאָרן.
9
און זײ האָבן אים אַרײַנגעטאָן אין אַ שטײַג מיט רינגען, און אים געבראַכט צו דעם מלך פֿון בָבֿל; אים געבראַכט אין פֿעסטונגען, כּדי זײַן קָול זאָל ניט געהערט װערן מעראױף די בערג פֿון ישׂראל.
10
דײַן מוטער איז – צוגלײַכנדיק – געװען װי אַ װײַנשטאָקבײַ װאַסער געפֿלאַנצט; פֿרוכטיק און צװײַגהאַפֿטיקאיז ער פֿון פֿיל װאַסער געװען.
11
און ער האָט געהאַט שטאַרקע שטאָקן, פֿאַר צעפּטערס פֿון געװעלטיקער; און זײַן װוּקס האָט זיך אױפֿגעהױבןפֿון צװישן געדיכטענישן, און ער האָט זיך אָנגעזען מיט זײַן הײך, מיט די פֿיל צװײַגן זײַנע.
12
אָבער ער איז אױסגעריסן געװאָרן מיט גרימצאָרן, צו דער ערד איז ער אַנידערגעװאָרפֿן געװאָרן; און דער מזרח-װינט האָט פֿאַרטריקנט זײַן פֿרוכט, צעבראָכן און פֿאַרטריקנט געװאָרןזײַנען זײַנע שטאַרקע שטאָקן, אַ פֿײַער האָט אים פֿאַרצערט.
13
און אַצונד איז ער אין מדבר געפֿלאַנצט, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און דאָרשטיקײט.
14
און אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון זײַן צװײַגנשטאָק, זײַן פֿרוכט האָט עס פֿאַרצערט, און ניטאָ אין אים אַ שטאַרקער שטאָק, אַ צעפּטער צום געװעלטיקן. אַ קלאָגליד איז דאָס, און געבליבן צום קלאָגליד.