אידיש
1
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2
װאָס איז מיט אײַך װאָס איר זאָגט דאָס דאָזיקע װערטל אין לאַנד פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן, און די צײן פֿון די קינדער זײַנען הײַליק?
3
אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב מע װעט מער בײַ אײַך זאָגן דאָס דאָזיקע װערטל אין ישׂראל!
4
זעט, אַלע נפֿשות זײַנען מײַנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז מײַנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן.
5
און אַז אַ מאַן איז אַ צדיק, און ער טוט רעכט און גערעכטיקײט;
6
אױף די בערג האָט ער ניט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער ניט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער ניט פֿאַראומרײניקט, און צו אַ פֿרױ אין איר אומרײנקײט גענענט ער ניט;
7
און קײן מענטשן קריװדעט ער ניט, פֿאַרמשכּונטס בײַ אים פֿאַר אַ חובֿ קערט ער אום, גזלה גזלט ער ניט; זײַן ברױט גיט ער דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן דעקט ער צו מיט אַ בגד;
8
אױף צינדזן גיט ער ניט, און מערונג נעמט ער ניט, פֿון אומרעכט קערט ער אָפּ זײַן האַנט; אמתע גערעכטיקײט טוט ער צװישן מאַן און מאַן;
9
אין מײַנע חוקים גײט ער, און מײַנע געזעצן האָט ער געהיט, צו טאָן דעם אמת – ער איז אַ צדיק; לעבן װעט ער לעבן, זאָגט גאָט דער האַר.
10
אָבער אַז ער האָט געבאָרן אַ זון אַ רױבער, אַ בלוטפֿאַרגיסער, װאָס טוט דעם ברודער אײנס פֿון די דאָזיקע,
11
הגם ער אַלײן האָט אַלע די דאָזיקע ניט געטאָן; װאָרום דער האָט יאָ געגעסן אױף די בערג, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער פֿאַראומרײניקט;
12
דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון האָט ער געקריװדעט, גזלות האָט ער געגזלט, אַ משכּון קערט ער ניט אום, און צו די אָפּגעטער האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן; אומװערדיקײט האָט ער געטאָן,
13
אױף צינדזן האָט ער געגעבן, און מערונג האָט ער גענומען – זאָל ער בלײַבן לעבן? ער װעט ניט לעבן; אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָט ער געטאָן, מוז ער טײטן געטײט װערן, זײַן בלוט זאָל זײַן אױף אים.
14
און אָט האָט ער געבאָרן אַ זון װאָס האָט צוגעזען אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אײַנגעזען, און ער טוט ניט אַזױנס;
15
אױף די בערג האָט ער ניט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער ניט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער ניט פֿאַראומרײניקט,
16
און קײן מענטשן האָט ער ניט געקריװדעט; אַ משכּון האָט ער ניט גענומען, און גזלה האָט ער ניט געגזלט; זײַן ברױט האָט ער געגעבן דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן האָט ער צוגעדעקט מיט אַ בגד;
17
פֿון אָרימאַן האָט ער אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט, צינדזן און מערונג האָט ער ניט גענומען, מײַנע געזעצן האָט ער געטאָן, אין מײַנע חוקים איז ער געגאַנגען – ער װעט ניט שטאַרבן פֿאַר די זינד פֿון זײַן פֿאָטער; לעבן װעט ער לעבן.
18
זײַן פֿאָטער, װײַל דריקן האָט ער געדריקט, גזלה פֿון ברודער האָט ער געגזלט, און װאָס ניט גוט האָט ער געטאָן צװישן זײַן פֿאָלק, איז, אָט איז ער געשטאָרבן פֿאַר זײַן זינד.
19
און איר זאָגט: פֿאַר װאָס לײַדט ניט דער זון פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער? אָבער דער זון האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט, אַלע מײַנע געזעצן האָט ער געהיט און זײ געטאָן; לעבן דאַרף ער לעבן.
20
דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן; אַ זון זאָל ניט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער, און אַ פֿאָטער זאָל ניט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן זאָל זײַן אױף אים, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן זאָל זײַן אױף אים.
21
און דער שלעכטער, אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געטאָן, און ער היט אַלע מײַנע געזעצן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט ניט שטאַרבן.
22
אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן אים ניט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן גערעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער לעבן.
23
טו איך דען באַגערן דעם טױט פֿון דעם שלעכטן? זאָגט גאָט דער האַר, און ניט אַז ער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַנע װעגן, און לעבן?
24
און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט – אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן װאָס דער שלעכטער האָט געטאָן טוט ער, זאָל ער דען בלײַבן לעבן? אַלע זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן ניט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, פֿאַר זײ מוז ער שטאַרבן.
25
און איר זאָגט: ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט. הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון ישׂראל, איז דען מײַן װעג ניט ריכטיק? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען ניט ריכטיק.
26
אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַנע גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער דערפֿאַר שטאַרבן; פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, מוז ער שטאַרבן.
27
און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, ראַטעװעט ער זײַן נפֿש.
28
װײַל ער האָט זיך אַרומגעזען, און האָט זיך אומגעקערט פֿון אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט ניט שטאַרבן.
29
און דאָס הױז פֿון ישׂראל זאָגט: ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט. זײַנען דען מײַנע װעגן ניט ריכטיק, הױז פֿון ישׂראל? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען ניט ריכטיק.
30
דרום װעל איך איטלעכן לױט זײַנע װעגן אײַך משפּטן, הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר. קערט צוריק און קערט אײַך אום פֿון אַלע אײַערע פֿאַרברעכן, און זאָל עס אײַך ניט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד.
31
װאַרפֿט אַראָפּ פֿון אײַך אַלע אײַערע פֿאַרברעכן װאָס איר האָט פֿאַרבראָכן מיט זײ, און מאַכט אײַך אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ געמיט; נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון ישׂראל?.
32
װאָרום איך באַגער ניט דעם טױט פֿון דעם װאָס שטאַרבט, זאָגט גאָט דער האַר; דרום קערט אײַך אום, און בלײַבט לעבן.