אידיש
1
און צו מיר זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זײַנען געזעסן פֿאַר מיר.
2
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן:
3
מענטשנקינד, די דאָזיקע לײַט האָבן אױפֿגעשטעלטזײערע אָפּגעטער אין זײער האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײער זינדהאַלטן זײ אַקעגן זײער פּנים; זאָל איך פֿרעגן זיך לאָזן פֿרעגן פֿון זײ?
4
דרום רעד מיט זײ, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראלװאָס װעט אױפֿשטעלן זײַנע אָפּגעטער אין זײַן האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײַן זינדװעט ער האַלטן אַקעגן זײַן פּנים, און ער װעט קומען צום נבֿיא, װעל איך יהוה אים ענטפֿערן – דעם װאָס קומט מיט זײַנע פֿיל אָפּגעטער;
5
כּדי צו פֿאַרכאַפּען בײַם האַרצן דאָס הױז פֿון ישׂראל, װאָס האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון מירדורך זײערע אָפּגעטער אַלע.
6
דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: קערט צוריק, און קערט אײַך אום פֿון אײַערע אָפּגעטער, און פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן קערט אָפּ אײַער פּנים.
7
װאָרום יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין ישׂראל, װאָס װעט זיך אָפּשײדן פֿון הינטער מיר, און װעט אױפֿשטעלן זײַנע אָפּגעטער אין זײַן האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײַן זינד װעט ער האַלטן אַקעגן זײַן פּנים, און ער װעט קומען צום נבֿיא, כּדי ער זאָל מיך פֿרעגן פֿון זײַנעט װעגן, װעל איך יהוה אַלײן אים ענטפֿערן.
8
און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן יענעם מאַן, און װעל אים פֿאַרװיסטן, פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק; און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
9
און אַז דער נבֿיא װעט פֿאַרפֿירט װערן, און װעט רעדן אַ װאָרט, האָב איך יהוה דאָס פֿאַרפֿירט יענעם נבֿיא, און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף אים, און װעל אים פֿאַרטיליקן פֿון צװישן מײַן פֿאָלק ישׂראל.
10
און זײ װעלן טראָגן זײער זינד; אַזױ װי די זינד פֿון דעם פֿרעגער, אַזױ װעט זײַן די זינד פֿון דעם נבֿיא.
11
כּדי דאָס הױז פֿון ישׂראלזאָלן מער ניט אַװעקבלאָנדזשען פֿון הינטער מיר, און זאָלן זיך מער ניט פֿאַראומרײניקןמיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן; און זײ זאָלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך זאָל זײ זײַן צום גאָט, זאָגט גאָט דער האַר.
12
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
13
מענטשנקינד, װען אַ לאַנד זאָל זינדיקן קעגן מירצו פֿעלשן אַ פֿעלשונג, און איך זאָל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף איר, און איר צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט, און אָנשיקן אױף איר אַ הונגער, און פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות,
14
און די דאָזיקע דרײַ מענער זאָלן זײַן אין איר: נֹח, דניאל, און אִיובֿ, װעלן זײ מיט זײער גערעכטיקײטנאָר מציל זײַן זײער נפֿש, זאָגט גאָט דער האַר.
15
װען אַ בײזע חיה זאָל איך מאַכן דורכגײן אין לאַנד, און זי זאָל עס פֿון מענטשן באַרױבן, און עס זאָל װערן אַ װיסטעניש אָן אַ דורכגײערפֿון װעגן דער חיה,
16
מעגן די דאָזיקע דרײַ מענער זײַן אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב זײ װעלן מציל זײַן זין אָדער טעכטער! זײ אַלײן װעלן ניצול װערן, אָבער דאָס לאַנד װעט װערן אַ װיסטעניש.
17
אָדער װען אַ שװערד זאָל איך ברענגען אױף יענעם לאַנד, און זאָגן: אַ שװערד זאָל דורכגײן אין לאַנד; און איך זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות,
18
און די דאָזיקע דרײַ מענער זײַנען אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, זײ װעלן ניט מציל זײַן זין און טעכטער; בלױז זײ אַלײן װעלן ניצול װערן.
19
אָדער װען אַ פּעסט זאָל איך שיקן אױף יענעם לאַנד, און אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף איר מיט בלוט, צו פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות,
20
און נֹח, דניאל, און אִיובֿ זײַנען אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב זײ װעלן מציל זײַן אַ זון אָדער אַ טאָכטער! זײ װעלן מיט זײער גערעכטיקײט נאָר מציל זײַן זײער נפֿש.
21
פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: הײַנט װי שױן אַז מײַנע פֿיר בײזע שטראָפֿן, שװערד, און הונגער, און אַ בײזע חיה, און פּעסט, האָב איך אָנגעשיקט אױף ירושלים, צו פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות!
22
אָבער אָט איז געבליבן אַן אַנטרינונג אין איר, די װאָס װערן אַרױסגעפֿירט, זין און טעכטער; אָט קומען זײ אַרױס צו אײַך, און איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים, און איר װעט אײַך טרײסטן װעגן דעם בײזװאָס איך האָב געבראַכט אױף ירושלים, װעגן אַלץ װאָס איך האָב געבראַכט אױף איר;
23
װאָרום זײ װעלן אײַך זײַן אַ טרײסטונג, אַז איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים; און איר װעט װיסן אַז ניט אומזיסט האָב איך געטאָן אַלץ װאָס איך האָב געטאָן אין איר, זאָגט גאָט דער האַר.