אידיש
1
און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט צו דעם מזרח-טױער פֿון גאָטס הױז װאָס איז געקערט צו מזרח; ערשט אין דעם אײַנגאַנג פֿון טױער זײַנען פֿינף און צװאַנציק מאַן; און איך האָב געזען צװישן זײ יַאַזַניָה דעם זון פֿון עַזורן, און פּלטיָהו דעם זון פֿון בנָיָהוּן, די האַרן פֿון פֿאָלק.
2
און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דאָס זײַנען די מענער װאָס טראַכטן אומרעכט, און עֵצהן בײזע עצות אין דער דאָזיקער שטאָט;
3
װאָס זאָגן: ניט אַזױ באַלד! מע װעט נאָך בױען הײַזער! זי איז דער טאָפּ, און מיר זײַנען דאָס פֿלײש.
4
דרום זאָג נבֿיאות אױף זײ, זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד.
5
און דער גײַסט פֿון גאָט איז געפֿאַלן אױף מיר, און ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָג: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ האָט איר געזאָגט, הױז פֿון ישׂראל, און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען דאָס װײס איך.
6
איר האָט געמערט אײַערע דערשלאָגענעאין דער דאָזיקער שטאָט, און אָנגעפֿילט אירע גאַסן מיט דערשלאָגענע.
7
דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט: אײַערע דערשלאָגענע װאָס איר האָט אַװעקגעלײגט אין איר, זײ זײַנען דאָס פֿלײש, און זי איז דער טאָפּ, אָבער אײַך װעט מען אַרױסציִען פֿון איר.
8
פֿאַר דער שװערד האָט איר מורא געהאַט, און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף אײַך, זאָגט גאָט דער האַר.
9
און איך װעל אײַך אַרױסציִען פֿון איר מיט, און װעל אײַך געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע, און װעל טאָן אױף אײַך אַ משפּט.
10
דורך דער שװערד װעט איר פֿאַלן; אױפֿן געמאַרק פֿון ישׂראל װעל איך אײַך משפּטן; און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
11
זי װעט אײַך ניט זײַן צום טאָפּ, אָבער איר װעט זײַן אין איר צו פֿלײש; בײַם געמאַרק פֿון ישׂראל װעל איך אײַך משפּטן.
12
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װאָס אין מײַנע חוקים זײַט איר ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָט איר ניט געטאָן, נײַערט אַזױ װי די געזעצן פֿון די פֿעלקערװאָס רונד אַרום אײַך האָט איר געטאָן.
13
און עס איז געװען, װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט, אַזױ איז פּלטיָה דער זון פֿון בנָיָהוּן געשטאָרבן; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געשריִען אױף אַ הױכן קָול, און האָב געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, װילסטו אַ פֿאַרלענדונג מאַכן פֿון דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל?
14
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
15
מענטשנקינד, דײַנע ברידער, דײַנע ברידער, די מענטשן פֿון דײַן קרובֿהשאַפֿט, און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצן, װאָס די באַװױנער פֿון ירושלים האָבן צו זײ געזאָגט: זײַט דערװײַטערט פֿון גאָט! דאָס איז אונדז דאָס לאַנד געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה –
16
דרום זאָגט: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: הגם איך האָב זײ דערװײַטערט צװישן די פֿעלקער, און הגם איך האָב זײ צעשפּרײט אין די לענדער, בין איך זײ אָבער פֿאַר אַ קלײן הײליקטוםאין די לענדער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין.
17
דרום זאָג: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: יאָ, איך װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די אומות, און װעל אײַך צונױפֿקלײַבן פֿון די לענדערװאָס איר זײַט צעשפּרײט געװאָרן אין זײ, און איך װעל אײַך געבן די ערד פֿון ישׂראל.
18
און זײ װעלן קומען אַהין, און װעלן אָפּטאָן אַלע אירע מיאוסקײטןאון אַלע אירע אומװערדיקײטן פֿון איר.
19
און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אַ נײַ געמיט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך; און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון זײער לײַב, און װעל זײ געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש;
20
כּדי זײ זאָלן גײן אין מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זאָלן זײ היטן און זײ טאָן; און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום גאָט.
21
און די װאָס זײער האַרץ גײט נאָך דעם האַרצןפֿון זײערע מיאוסקײטן און זײערע אומװערדיקײטן, װעל איך זײער װעג אױף זײער קאָפּ פֿאַרגעלטן, זאָגט גאָט דער האַר.
22
און די כּרובֿים האָבן אױפֿגעהױבן זײערע פֿליגלען, און די רעדער באַגלײַך מיט זײ; און די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל איז געװען איבער זײ פֿון אױבן.
23
און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבערן מיטן שטאָט, און האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג װאָס אין מזרח פֿון שטאָט.
24
און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט קײן כַּשׂדים צו די פֿאַרטריבענע, אין אַ זעונג, מיט דעם גײַסט פֿון גאָט. און די זעונג װאָס איך האָב געזען, האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מיר.
25
און איך האָב גערעדט צו די פֿאַרטריבענע אַלע װערטער פֿון גאָט װאָס ער האָט מיר באַװיזן.