אידיש
1
און עס איז געװען אין דרײַסיקסטן יאָר, אין פֿירטן חודש אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש, װען איך בין געװען צװישן די פֿאַרטריבענע בײַם טײַך כּבֿר, האָבן זיך געעפֿנט די הימלען, און איך האָב געזען זעונגען פֿון גאָט.
2
אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש – דאָס איז דאָס פֿינפֿטע יאָר נאָך דעם גלות פֿון מלך יויָכין –
3
איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו יחֶזקאל דעם זון פֿון בוזין, דעם כּהן, אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים בײַם טײַך כּבֿר; און די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן געװען אױף אים.
4
און איך האָב געזען, ערשט אַ שטורעמװינט איז אָנגעקומען פֿון צפֿון, אַ גרױסער װאָלקן מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿײַער און אַ שײַן רונד אַרום אים; און אין מיטן פֿון אים אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בורשטין – אין מיטן פֿון פֿײַער.
5
און אין מיטן דערפֿון איז געװען די געשטאַלט פֿון פֿיר חיות. און דאָס איז געװען זײער אױסזען: זײ האָבן געהאַט די געשטאַלט פֿון אַ מענטשן.
6
און פֿיר פּנימער זײַנען בײַ איטלעכער געװען, און פֿיר פֿליגלען בײַ איטלעכער פֿון זײ.
7
און זײערע פֿיס זײַנען געװען גלײַכע פֿיס, און זײערע פֿוסטריט זײַנען געװען אַזױ װי דער פֿוסטריט פֿון אַ קאַלב; און זײ האָבן געפֿונקלט אַזױ װי בלאַנקע קופּער.
8
און הענט פֿון אַ מענטשן זײַנען געװען פֿון אונטער זײערע פֿליגלען אױף זײערע פֿיר זײַטן; און זײערע פּנימער און זײערע פֿליגלען בײַ זײ פֿירן –
9
זײערע פֿליגלען זײַנען געװען באַהעפֿט אײנער צום אַנדערן – האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן; איטלעכע צו דער זײַט פֿון איר פּנים זײַנען זײ געגאַנגען.
10
און די געשטאַלט פֿון זײערע פּנימער איז געװען: אַ פּנים פֿון אַ מענטשן; און אַ פּנים פֿון אַ לײב אױף דער רעכטער זײַט בײַ זײ פֿירן; און אַ פּנים פֿון אַן אָקס פֿון דער לינקער זײַט בײַ זײ פֿירן; און אַ פּנים פֿון אַן אָדלער בײַ זײ פֿירן.
11
אַזױ זײַנען געװען זײערע פּנימער; און זײערע פֿליגלען זײַנען געװען פֿאַנאַנדערגעשפּרײט צו דער הײך צו; צװײ פֿון איטלעכער זײַנען געװען באַהעפֿט אָן אײנאַנדער, און צװײ האָבן באַדעקט זײערע לײַבער.
12
און איטלעכע צו דער זײַט פֿון איר פּנים זײַנען זײ געגאַנגען; װוּהין דער גײַסט איז געװען צו גײן, זײַנען זײ געגאַנגען; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן.
13
און די געשטאַלט פֿון די חיות, זײער אױסזען, איז געװען אַזױ װי ברענעדיקע קױלן פֿײַער; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון בראַנדהעלצער איז דאָס אומגעגאַנגען צװישן די חיות; און דאָס פֿײַער האָט געהאַט אַ שײַן, און פֿון דעם פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען אַ בליץ.
14
און די חיות זײַנען געלאָפֿן הין און צוריק, אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ בליצשטראַל.
15
און איך האָב אָנגעקוקט די חיות, ערשט צו אײן ראָד איז אױף דער ערד לעבן די חיות צו זײערע פֿיר פּנימער.
16
דאָס אױסזען פֿון די רעדער און זײער אַרבעט איז געװען אַזױ װי דער אָנבליק פֿון גאָלדשטײן, און אײן געשטאַלט איז געװען בײַ זײ פֿירן; און זײער אױסזען און זײער אַרבעט איז געװען אַזױ װי עס װאָלט זײַן אַ ראָד אין אַ ראָד.
17
אַז זײ זײַנען געגאַנגען זײַנען זײ געגאַנגען צו זײערע פֿיר זײַטן; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן.
18
און זײערע רײפֿן – אי זײ האָבן געהאַט אַ הױכקײט, אי זײ האָבן געהאַט אַ מוֹראדיקײט; און זײערע רײפֿן זײַנען געװען פֿול מיט אױגן רונד אַרום בײַ זײ פֿירן.
19
און אַז די חיות זײַנען געגאַנגען, זײַנען געגאַנגען די רעדער לעבן זײ, און אַז די חיות האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד, האָבן זיך אױפֿגעהױבן די רעדער.
20
װוּהין נאָר דער גײַסט איז געװען צו גײן, זײַנען זײ געגאַנגען אַהין װוּ דער גײַסט איז געװען צו גײן, און די רעדער האָבן זיך אױפֿגעהױבן באַגלײַך מיט זײ, װאָרום דער גײַסט פֿון די חיות איז געװען אין די רעדער.
21
אַז יענע זײַנען געגאַנגען, זײַנען זײ געגאַנגען, און אַז יענע האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט; און אַז זײ האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד, האָבן זיך אױפֿגעהױבן די רעדער באַגלײַך מיט זײ, װאָרום דער גײַסט פֿון די חיות איז געװען אין די רעדער.
22
און איבער די קעפּ פֿון די חיות איז געװען די געשטאַלט פֿון אַ הימל, אַזױ װי דער אָנבליק פֿון מוראדיקן אײַז, אױסגעשפּרײט איבער זײערע קעפּ פֿון אױבן.
23
און אונטער דעם הימל זײַנען געװען זײערע פֿליגלען, אײנער גלײַך אַקעגן אַנדערן; צו צװײ פֿון איטלעכער פֿון זײ האָבן צוגעדעקט, צו צװײ פֿון איטלעכער פֿון זײ האָבן צוגעדעקט זײערע לײַבער.
24
און אַז זײ זײַנען געגאַנגען, האָב איך געהערט דאָס גערױש פֿון זײערע פֿליגלען, אַזױ װי דאָס גערױש פֿון גרױסע װאַסערן, אַזױ װי דער קָול פֿון אַלמאַכטיקן, אַ טומלדיק גערױש, אַזױ װי דאָס גערױש פֿון אַ מחנה; אַז זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן זײ אַראָפּגעלאָזט זײערע פֿליגלען.
25
און עס איז געװאָרן אַ גערױש איבער דעם הימל װאָס אױף זײערע קעפּ, אַז זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט, אַראָפּלאָזנדיק זײערע פֿליגלען.
26
און איבער דעם הימל װאָס אױף זײערע קעפּ איז געװען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון סאַפּירשטײן, די געשטאַלט פֿון אַ טראָן; און אױף דער געשטאַלט פֿון דעם טראָן אַ געשטאַלט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מענטשן, אױבן אױף אים.
27
און איך האָב געזען אַזױ װי דעם אָנבליק פֿון בורשטין, מיט אַן אײַנראַם דערצו רונד אַרום אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, פֿון דעם אױסזען פֿון זײַנע לענדן און אַרױף; און פֿון דעם אױסזען פֿון זײַנע לענדן און אַראָפּ האָב איך געזען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, מיט אַ שײַן רונד אַרום אים.
28
אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון רעגנבױגן װאָס איז אין װאָלקן אין אַ טאָג פֿון רעגן, אַזױ איז געװען דאָס אױסזען פֿון דעם שײַן רונד אַרום. דאָס איז געװען דאָס אױסזען פֿון דער געשטאַלט פֿון גאָטס פּראַכט. און װי איך האָב עס געזען, אַזױ בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געהערט אַ קָול פֿון אײנעם װאָס רעדט.