אידיש
1
װער גיט מיר אין מדבר אַ האַרבעריק פֿאַר װאַנדערער, איך װאָלט פֿאַרלאָזן מײַן פֿאָלק, און אַװעקגײן פֿון זײ! װאָרום אַלע זײַנען זײ נוֹאפֿים, אַ געזעמל פֿון פֿעלשער.
2
און זײ שפּאַנען זײער צונג – זײער בױגן פֿון ליגן, און ניט פֿאַר אמת זײַנען זײ שטאַרק אין לאַנד; װאָרום פֿון בײז צו בײז גײען זײ און מיך קענען זײ ניט, זאָגט גאָט.
3
היט אײַך איטלעכער פֿון זײַן חבר, און אױף קײן ברודער זאָלט איר אײַך ניט פֿאַרזיכערן, װאָרום נאַרן נאַרט איטלעכער ברודער, און איטלעכער חבר טרײַבט רכילות.
4
און אײנער דעם אַנדערן גענאַרן זײ, און אמת זאָגן זײ ניט; זײ האָבן אײַנגעװױנט זײער צונג זאָגן ליגן, זײ מאַטערן זיך צו פֿאַרברעכן.
5
דײַן זיצן אי צװישן באַטרוג; פֿוהן װעגן באַטרוג װילן זײ מיך ניט קענען, זאָגט גאָט.
6
דרום האָט גאָט פֿון צבָאומת אַזױ געזאָגט: זע, איך לײַטער זײ, און װעל זײ פּרוּװן, װאָרום װי דען זאָל איך טאָן פֿון װעגן דער טאָכטער מײַן פֿאָלק?
7
אַ פֿאַרשפּיצטע פֿײַל איז זײער צונג, זי רעצט באַטרוג; מיטן מױל רעדט מען שלוט מיטן חבר, און אין זיך מאַכט מען אַ לױערונג אױף אים.
8
זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען מיט זײ, זאָגט גאָט; זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע זיך ניט נוֹקם זײַן מײַן זעל?
9
װעגן די בערג װעל איך אױפֿהײבן אַ געװײן און יאָמער, און װעגן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר אַ קלאָג, װאָרום זײ זײַנען פֿאַרװיסט, אַז קײן מענטש גײט ניט דורך, און זײ הערן ניט קײן קָול פֿון פֿי; פֿון אַ פֿױגל פֿון הימל ביז אַ בהמה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַװעק.
10
און איך װעל מאַכן ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנט, אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן, און די שטעט פֿון אינודה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש, אָן אַ באַװױנער.
11
װער איז דער קלוגער מאַן, ער זאָל דאָס פֿאַרשטײן? און דער װאָס גאָטס מױל האָט צו אים גערעדט, ער זאָל דאָס זאָגן? פֿאַר װאָס איז אונטערגעגאַנגען דאָס לאַנד, פֿאַרװיסט װי אַ מדבר, אָן אַ דורכגײער?
12
און גאָט האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן מײַן תּוֹרה, װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר זײ, און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מײַן קָול, און ניט געגאַנגען אין איר;
13
נײַערט געגאַנגען אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן, און נאָך די בעַל-געטער װאָס זײערע עלטערן האָבן זײ געלערנט.
14
דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך מאַך זײ עסן, דאָס דאָזיקע פֿאָלק, װערמוט, און איך װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער.
15
און איך װעל זײ צעשפּרײַטן צװישן די פֿעלקער, װאָס ניט זײ און ניט זײערע עלטערן האָבן געקענט, און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן.
16
אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: קוקט זיך אום, און רופֿט די קלאָגערינס, זײ זאָלן קומען, און נאָך די קלוגע װײַבער שֵקט, זײ זאָלן קומען;
17
און זאָלן זײ אײַלן און אױפֿהײבן אױף אונדז אַ יאָמער, אַז אונדזערע אױגן זאָלן צעגײן אין טרערן, און אונדזערע ברעמען זאָלן פֿליסן מיט װאַסער.
18
װאָרום אַ יאָמער-קָול הערט זיך פֿון צִיוֹן: װי זײַנען מיר פֿאַרװיסט געװאָרן! מיר זײַנען פֿאַרשעמט ביז גאָר, װײַל מיר האָבן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, װײַל אַרױסגעװאָרפֿן האָבן אונדז אונדזערע װױנונגען.
19
װאָרום הערט, איר װײַבער, דאָס װאָרט פֿון גאָט, און לערנט אײַערע טעכטער אַ יאָמער, און אײנע די אַנדערע אַ קלאָג.
20
װאָרום דער טױט איז אַרױפֿגעגאַנגען אין אונדזערע פֿענצטער, געקומען אין אונדזערע פּאַלאַצן, צו פֿאַרשנײַדן אַ קינד פֿון דער גאַס, בכורים פֿון די מערק. –
21
רעד: אַזױ איז דער שפּרוך פֿון גאָט – און די טױטע לײַבער פֿון מענטשן װעלן פֿאַלן װי מיסט אױף פֿרײַען פֿעלד, און װי אַ הײַפֿל הינטערן שניטער, װאָס קײַנער קלײַבט ניט אױף.
22
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זאָל זיך ניט רימען דער חכם מיט זײַן חכמה, און זאָל זיך ניט רימען דער גיבור מיט זײַן גבורה; זאָל זיך ניט רימען דער עוֹשר מיט זײַן עשירות;
23
נאָר דערמיט זאָל זיך רימען דער װאָס רימט זיך, מיט פֿאַרשטײן און קענען מיך, אַז איך יהוה טו חסד, רעכט, און גערעכטיקײט, אױף דער ערד; װיל די דאָזיקע באַגער איך, זאָגט גאָט.
24
זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איך װעל זיך רעכענען מיט אַלע באַשניטענע און אומבאַשניטענע:
25
מיט מִצרַיִם, און מיט יהודה, און מיט אֶדוֹן, און מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט מואבֿ, אוהן מיט אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן, װאָס װױנען אין מדבר; װאָרום אַלע פֿעלקער זײַנען אומבאַשניטן, און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל זײַנען אומבאַשניטן אין האַרצן.