אידיש
1
אַנטרינט, איר קינדער פֿון בנימין, אַרױס פֿון ירושָלַיִם, און אין תּקוֹעַ בלאָזט אַ שוֹפֿר, און אין בעת-כֶּרֶם הײבט אױף אַ צײכן, װאָרום אַן אומגליק קוקט אַרױס פֿון צפֿון, און אַ בראָך אַ ברױסער.
2
די שײנע און פֿאַרצערטלטע, די טאָכטער צִיוֹן טאָ איך פֿאַרשנײַדן.
3
צו איר קומען פֿאַרסטוכער מיט זײערע סטאַדעס, זײ שטעלן אױף געצעלטן רונד אַרום איר, זײ פֿיטערן איטלעכער זיך צו דער האַנט.
4
״ברײט אָן אַ מלחמה אױף איר! שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן אין מיטן טאָג!״ – ״װײ אונדז! װאָרום דער טאָג קערט זיך אָפּ, װאָרום עס שטרעקן זיך די שאָטנס פֿון אָװנט״ –
5
״שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן בײַ נאַכט, און לאָמיר צעשטערן אירע פּאַלאַצן!״
6
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: שנײַדט אָן געהילץ, און שיט אָן אַרום ירושָלַיִם אַן ערדװאַל; דאָס איז די שטאָט װאָס איז אין גאַנצן אָנגעלײגט מיט רױב אין איר.
7
װי אַ ברונעם קװעלט אַרױס זײַנע װאַסער, אַזױ קװעלט זי אַרױס איר בײז; אומרעכט און רױב הערט זיך אין איר, פֿאַר מײַן פּנים איז תּמיד קראַנקשאַפֿט און שלעג.
8
נעם אַ מוסר, ירושָלַיִם, כּדי מײַן זעל זאָל זיך ניט אָפּעקלען פֿון דיר, אַ לאַנד ניט באַװױנט.
9
אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: אַרומקלײַבן װי אַ װײַנשטאָק װעט מען אַרומקלײַבן דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל; קער װידער און װידער דײַן האַנט, װי אַ האַרבסטער אױף די צװײַגלעך.
10
צו װעמען זאָל איך רעדן און װאָרענען. אַז זײ זאָלן הערן? זע, זײער אױער איז פֿאַרשטאָפּט, און זײ קענען ניט פֿאַרנעמען; זע, גאָטס װאָרט איז בײַ זײ צום געשפּעט, זײ װילן עס ניט.
11
דרום בין איך פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון גאָט, איך קען מער ניט אײַנהאַלטן: גיס אים אױך אױף די קינדער אין גאַס, און אױף דעם געזעמל פֿון יונגע לײַט מיטאַנאַנדער; װאָרום אי מאַן אי װײַב װעלן באַצװוּנגען װערן, דער זקן מיטן פֿולבאַטאָגטן.
12
און זײערע הײַזער װעלן איבערגײן צו אַנדערע, פֿעלדער און װײַבער מיטאַנאַנדער; װאָרום איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף די באַװױנער פֿון לאַנד, זאָגט גאָט.
13
װאָרום פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן איז איטלעכער גײציק גאָך געװין, און פֿון נבֿיא ביזן כֹּהן טוט איטלעכער פֿאַלשקײט.
14
און זײ הײלן דעם בראָך פֿון מײַן פֿאָלק אױף גרינג, אַזױ צו זאָגן: שלום! שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ.
15
זײ װעלן צו שאַנד װערן, װײַל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן; צו מאָל שעמען שעמען זײ זיך ניט, צו מאָל פֿון קײן בושה װײסן זײ ניט; דרום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע; בעת איך רעכן זיך מיט זײ װעלן זײ געשטרױכלט װערן, זאָגט גאָט.
16
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: שטײט אױף די װעגן און זעט, און פֿרעגט אױף די אַלטע שטעגן, װוּ איז דער װעג צום גוטן, און גײט אױף אים, און געפֿינט אַן אָפּרו פֿאַר אײַער זעל. אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן ניט גײן.
17
און איך פֿעלג אױפֿשטעלן װעכטער איבער אײַך: פֿאַרנעמט דעם קָול פֿון שוֹפֿר! אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן ניט פֿאַרנעמען.
18
דרום הערט, איר פֿעלקער, און זײ װיסן, דו אײַנזאַמלונג, װאָס אױף זײ קומט.
19
הער, דו ערד; זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק, די פֿרוכט פֿון זײערע טראַכטונגען, װײַל זײ האָבן מײַנע װערטער ניט פֿאַרנומען, און מײַן תּוֹרה – זי האָבן זײ פֿאַראַכט.
20
צו װאָס מיר דען װײַרױך װאָס קומט פֿון שבאָ, און גוטער געװירצראָר פֿון אַ װײַטן לאַנד? אײַערע בראַנדאָפּפֿער זײַנען ניט צו באַװיליקונג, און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער זײַנען מיר ניט אָנגעלײגט.
21
דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך לײג שטרױכלונגען פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און שטרױכלען װעלן דורך זײ פֿאָטערס און זין אין אײנעם דער שכן און זײַן חבר; און זײ װעלן אונטערגײן.
22
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון-לאַנד, און אַ גרױסע אומה דערװעקט זיך פֿון די עקן ערד.
23
בױגן און שפּיז האַלטן זײ, אַכזָרים זײַנען זײ, און האָבן קײן רכמנות ניט; זײער קָול ברומט װי דער אים, און אױף פֿערד רײַטן זײ; אױסגעשטעלט װי אײן מאַן צו מלחמה אױף דיר, טאָכטער צִיוֹן.
24
מיר האָבן געהערט זײַן הערונג, אונדזערע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן, אַן אַנגסט האָט אונדז באַנומען, אַ װײַטאָק װי אַ געװינערין.
25
זאָלסט ניט אַרױס אין פֿעלד, און אין װעג זאָלסטו ניט גײן, װאָרום די שװערד פֿון דעם פֿײַנט איז אַ שרעק רונד אַרום.
26
טאָכטער מײַן פֿאָלק, גורט אָן זאַק, און קײַקל זיך אין אַש; אַ טרױער װי נאָך אַן אײנאײניציקן מאַך דיר, אַ ביטערע קלאָג, װאָרום פּלוצים װעט קומען דער פֿאַרװיסטער אױף אונדז.
27
אַ פּרוּװער האָב איך דיך געמאַכט, אַ גאָלדטיגל צװישן מײַן פֿאָלק, כּדי זאָלסט געװאָר װערן און פּרוּװן זײער װעג.
28
אָפּגעקערטע אָפּקערער זײַנען זײ אַלע, רכילות-טרײַבער; קופּער און אײַזן זײַנען זײ, אַלע פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ.
29
געסאָפּעט האָט דער בלאָזזאַק, פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון פֿײַער איז דאָס בלײַ – אומזיסט האָט מען לײַטערן געלײַטערט, װאָרום די שלעכטע זײַנען ניט אָפּגעשײדט געװאָרן.
30
פֿאַראַכטע זילבער רופֿט מען זײ, װאָרום פֿאַראַכט האָט זײ גאָט.