אידיש
1
װאַנדער אום אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, און אַעט אַקאָרשט און װערט געװאָר, און זוכט אין אירע מערק, אױב איר װעט געפֿינען אַ מענטשן, אױב עס איז דאָ װער עס טוט גערעכטיקײט, װער עס זוכט אמת, און איך װעל איר פֿאַרגעבן.
2
אַפֿילו װען זײ זאָגן: אַזױ װי גאָט לעבט! שװערן זײ פֿון דעסטװעגן פֿאַלש.
3
גאָט, דײַנע אױגן זײַנען דאָך אױף אמת; האָסט זײ געשלאָגן, און זײ האָבן זיך ניט געקימערט, האָסט זײ פֿאַרלענדט, און זײ האָבן קײן מוסר ניט גענומען; זײ האָבן געמאַכט זײער פּנים האַרטער פֿון פֿעלז, זײ האָבן זיך ניט געװאָלט אומקערן.
4
און איך האָב געװעסט געזאָגט: דאָס זײַנען נאָר די אָרימע, זײ זײַנען נאַריש, װײַל זײ װײסן ניט דעם װעג פֿון יהוה, דאָס געזעץ פֿון זײער גאָט.
5
איך װעל מיר גײן צו די גרױסע, און װעל רעדן מיט זײ; װאָרום זײ װײסן דעם װעג פֿון יהוה, דאָס געזעץ פֿון זײער גאָט. אָבער זײ האָבן דעסגלײַכן צעבראָכן דעם יאָך, צעריסן די בינדשטריק.
6
דרום דערשלאָגט זײ אַ לײַב פֿון װאַלד, אַ װאָלף פֿון מדבריאָת װעט זײ פֿאַרװיסטן, אַ לעמפּערט טוט לױערן אױף זײערע שטעט, איטלעכער װאָס גײט אַרױס פֿון זײ, װעט פֿאַרצוקט װערן; װאָרום פֿיל זײַנען זײערע פֿאַרברעכן, שטאַרק זײַנען זײערע אָפּקערונגען.
7
װי זאָל איך װאַר דעם דיר פֿאַרגעבן? דײַנע קינדער האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און געשװאָרן בײַ אומגעטער; אַז איך האָב זײ אָנגעזעט, האָבן זײ מזַנה געװען, און אין הײַזער פֿון זוֹנות קלײַבן זײ זיך אױף.
8
פֿערד אָפּגעפֿיטערטע, אָגערס זײַנען זײ, איטלעכער דו זײַן חברס װײַב הירזשען זײ;
9
זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען? זאָגט גאָט; און זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע זיך ניט נוֹקם זײַן מײַן זעל?
10
גײט אַרױף אין אירע רײען, און צעשטערט, נאָר אַ פֿאַרלענדונג זאָלט איר ניט מאַכן; טוט אָפּ אירע צװײַגן, װאָרום ניט גאָטס זײַנען זײ.
11
װאָרום פֿעלשן געפֿעלשט האָבן אָן מיר דאָס הױז פֿון ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה, זאָגט גאָט.
12
זײ האָבן געלײקנט אָן גאָט, און געזאָגט: דאָס איז ניט ער, און בײז װעט ניט קומען אױף אונדז, און שװערד און הונגער װעלן מיר ניט אָנזען.
13
און פֿון די נבֿיאים װעט זיך אױסלאָזן אַ װינט, װאָרום דאָס װאָרט איז אין זײ ניטאָ; אַזױ זאָל זײ אַלײן געשען!
14
דרום האָט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת אַזױ געזאָגט: װײַל איר רעדט דאָס דאָזיקע גערײד, אָט מאַך איך מײַנע װערטער אין דײַן מױל צו פֿײַער, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָלץ, און עס װעט זײ פֿאַרצערן.
15
זע, איך ברענג אױף אײַך אַ פֿאָלק פֿון דער װײַט, איר הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט; אַ מאַכטיק פֿאָלק איז דאָס, אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן איז דאָס, אַ פֿאָלק װאָס דו װײסט ניט זײַן לשון, און פֿאַרשטײסט ניט פֿאָס ער רעדט.
16
זײַן פֿײַלבײַטל איז װי אַן אָפֿענער קבר; זײ זײַנען אַלע גיבוֹרים.
17
און ער װעט אױפֿעסן דײַן שניט, און דײַן ברױט; זײ װעלן אױפֿעסן דײַנע זין און דײַנע טעכטער; ער װעט אױפֿעסן דײַנע שאָף און דײַנע רינדער, ער װעט אױפֿעסן דײַן װײַנשטאָק און דײַן פֿײַגנבױם; ער װעט צעקלאַפּן מיטן שװערד דײַנע פֿעסטונגשטעט װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף זײ.
18
הגם אױך אין יענע טעג, זאָגט גאָט, װעל איך ניט מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון אײַך.
19
און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זאָגן: פֿאַר װאָס האָט יהוה אונדזער גאָט אונדז געטאָן דאָס אַלץ? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ װי איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, און געדינט פֿרעמדע געטער אין אײַער לאַנד, אַזױ זאָלט איר דינען פֿרעמדע אין אַ לאַנד ניט אײַערס.
20
זאָגט דאָס אָן אין הױז פֿון יעקב, און מאַכט עס הערן אין יהודה, אַזױ צו זאָגן:
21
הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר נאַריש פֿאָלק אָן שׂכל, װאָס האָבן אױגן און זעען ניט, װאָס האָבן אױערן און הערן ניט;
22
האָט איר דען ניט מוֹרא פֿאַר מיר? זאָגט גאָט, צי ציטערט איר ניט פֿאַר מײַן אָנגעזיכט? איך װאָס האָב געמאַכט זאַמד אַ גרענעץ צום ים, אַן אײביק געזעץ װאָס ער קען ניט אַריבערגײן; און זײַנע אינדן װאַרפֿן זיך, און קענען ניט בײַקומען, און זײ ברומען, און קענען עס ניט אַריבערגײן.
23
אָבער בײַ דעם דאָזיקן פֿאָלק איז אַן אָפּגעקערט און װידערשפּעניק האַרץ, זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און זײַנען אַװעק.
24
און זײ האָבן ניט געזאָגט אין זײער האַרצן: לאָמיר מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה אונדזער גאָט, װאָס גיט רעגן, פֿרירעגן, און שפּעטערגן, אין זײַן צײַט, װאָס היט פֿאַר אונדז אָפּ די געשטעלטע װאָכן פֿון שניט.
25
אײַערע זינד האָבן אָפּגענײַגט די דאָזיקע, און אײַערע חטאים האָבן פֿאַרמיטן דאָס גוטס פֿון אײַך.
26
װאָרום צװישן מײַן פֿאָלק געפֿינען זיך רשעים; זײ קוקן נאָך, אַזױ װי פֿױגלפֿאַנגען לױערן, זײ שטעלן אַ פּאַסטקע, מענטשן פֿאַנגען זײ.
27
װי אַ שטײַג פֿון מיט פֿױגלען, אַזױ זײַנען זײערע הײַזער פֿול ם איט באַטרוג; דרום זײַנען זײ גרױס און רײַך געװאָרן.
28
פֿעט, גראָב זײַנען זײ געװאָר; יאָ, זײ שטײַג אַריבער אין בײזע שטיק. פֿאַר רעכט נעמען זײ זיך ניט אָן, פֿאַרן רעכט פֿון יתום, אַז זײ זאָלן עס דורכפֿירן; און דעם משפּט פֿון די ראָימע משפּטן זײ ניט.
29
זאָל איך דערפֿאַר זיך ניט אָפּרעכענען? זאָגט גאָט; זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע זיך ניט נוֹקם זײַן מײַן זעל?
30
אַ שרעק און שױדער געשעט אין לאַנד:
31
די נבֿיאים זאָגן נבֿיאות אױף ליגן, און די כְֹּהנים געװעלטיקן זײ צו דער האַנט, און מײַן פֿאָלק האָט עס ליב אַזױ; אָבער װאָס װעט איר טאָן צום סָוף דערפֿון?