Yiddish
Hebrew
אידיש
1 װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פּלִשתּים, אײדער פַּרעה האָט געשלאָגן עַזָה. 2 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון, און װעלן װערן אַ פֿלײציקער טײַך, און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט, די שטאָט און די װױנער אין איר; און שרײַען װעלן די מענטשן, און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד. 3 איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון זײַנע אָגערס, איבער דעם רַעַש פֿון זײַנע רײַטװעגן, דעם טומל פֿון זײַנע רעדער, קערן זיך עלטערן ניט צו קינדער, פֿון אָפּהענטיקײט. 4 פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט צו פֿאַרװיסטן אַלע פּלִשתּים, צו פֿאַרשנײַדן פֿון צוֹר און פֿון צִידוֹן איטלעך געבליבענעם העלפֿער; װאָרום גאָט טוט פֿאַרװיסטן די פּלִשתּים, דעם רעשט פֿון אינדזל כַּפֿתּוֹר. 5 געקומען איז אַ פּליכעניש אױף עַזָה פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן, דער רעשט פֿון זײער טאָל. ביז װאַנען װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן? 6 װײ, דו שװערד פֿון גאָט, װיז װי לאַנג נאָך װעסטו ניט דוען? װער אײַנגעטאָן אין דײַן שײד, באַרו זיך און װער שטיל. 7 װי קענסטו זײַן רואיק? אַז גאָט האָט איר באַפֿױלן; אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים, אַהין האָט ער זי באַשערט.
עברית
1 אֲשֶׁ֨ר הָיָ֧ה דְבַר־יְהוָ֛ה אֶל־יִרְמְיָ֥הוּ הַנָּבִ֖יא אֶל־פְּלִשְׁתִּ֑ים בְּטֶ֛רֶם יַכֶּ֥ה פַרְעֹ֖ה אֶת־עַזָּֽה׃   ס 2 כֹּ֣ה אָמַ֣ר יְהוָ֗ה הִנֵּה־מַ֜יִם עֹלִ֤ים מִצָּפוֹן֙ וְהָיוּ֙ לְנַ֣חַל שׁוֹטֵ֔ף וְיִשְׁטְפוּ֙ אֶ֣רֶץ וּמְלוֹאָ֔הּ עִ֖יר וְיֹ֣שְׁבֵי בָ֑הּ וְזָֽעֲקוּ֙ הָֽאָדָ֔ם וְהֵילִ֕ל כֹּ֖ל יוֹשֵׁ֥ב הָאָֽרֶץ׃ 3 מִקּ֗וֹל שַֽׁעֲטַת֙ פַּרְס֣וֹת אַבִּירָ֔יו מֵרַ֣עַשׁ לְרִכְבּ֔וֹ הֲמ֖וֹן גַּלְגִּלָּ֑יו לֹֽא־הִפְנ֤וּ אָבוֹת֙ אֶל־בָּנִ֔ים מֵֽרִפְי֖וֹן יָדָֽיִם׃ 4 עַל־הַיּ֗וֹם הַבָּא֙ לִשְׁד֣וֹד אֶת־כָּל־פְּלִשְׁתִּ֔ים לְהַכְרִ֤ית לְצֹר֙ וּלְצִיד֔וֹן כֹּ֖ל שָׂרִ֣יד עֹזֵ֑ר כִּֽי־שֹׁדֵ֤ד יְהוָה֙ אֶת־פְּלִשְׁתִּ֔ים שְׁאֵרִ֖ית אִ֥י כַפְתּֽוֹר׃ 5 בָּ֤אָה קָרְחָה֙ אֶל־עַזָּ֔ה נִדְמְתָ֥ה אַשְׁקְל֖וֹן שְׁאֵרִ֣ית עִמְקָ֑ם עַד־מָתַ֖י תִּתְגּוֹדָֽדִי׃   ס 6 ה֗וֹי חֶ֚רֶב לַֽיהוָ֔ה עַד־אָ֖נָה לֹ֣א תִשְׁקֹ֑טִי הֵאָֽסְפִי֙ אַל־תַּעְרֵ֔ךְ הֵרָגְעִ֖י וָדֹֽמִּי׃ 7 אֵ֣יךְ תִּשְׁקֹ֔טִי וַֽיהוָ֖ה צִוָּה־לָ֑הּ אֶֽל־אַשְׁקְל֛וֹן וְאֶל־ח֥וֹף הַיָּ֖ם שָׁ֥ם יְעָדָֽהּ׃   ס