אידיש
1
און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, און יוֹחנָן דער זון פֿון קָרֵחן, און איזַניָה דער זון פֿון הוֹשַעיָהן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס, האָבן געגענט,
2
און האָבן געזאָגט צו יִרמיָהו הנבֿיא: זאָל, איך בעט דיך, פֿאַלן אונדזער געבעט פֿאַר דיר, און זײ מתפּלל צו יהוה דײַן גאָט פֿאַר אונדז, פֿאַר דעם דאָזיקן גאַנצן איבערבלײַב, װאָרום מיר זײַנען פֿון פֿיל געבליבן װינציק, אַזױ װי דײַנע אױגן זעען אונדז.
3
און זאָל יהוה דײַן גאָט אונדז זאָגן דעם װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן, און די זאַך װאָס מיר זאָלן טאָן.
4
האָט יִרמיָהו הנבֿיא צו זײ געזאָגט: איך האָב געהערט; אָט בין איך מתפּלל צו יהוה אײַער גאָט, אַזױ װי אײַערע װערטער; און עס װעט זײַן, איטלעך װאָרט װאָס יהוה װעט אײַך ענטפֿערן, װעל איך אײַך דערצײלן; איך װעל ניט פֿאַרמײַדן פֿון אײַך אַ װאָרט.
5
האָבן זײ געזאָגט צו יִרמיָהון: זאָל יהוה זײַן אַן אמתער און באַגלױבטער עדות אַקעגן אונדז, אױב ניט אַזױ װי איטלעך װאָרט מיט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט דיך שיקן צו אונדז, אַזױ װעלן מיר טאָן.
6
סײַ גוט און סײַ שלעכט װעלן מיר צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אונדזער גאָט, װאָס מיר שיקן דיך צו אים; כּדי אונדז זאָל גוט זײַן, אַז מיר װעלנם צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אונדזער גאָט.
7
און עס איז געװען צום סָוף פֿון צען טעג, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהון.
8
און ער האָט גערופֿן יוֹחנָן דעם זון פֿון קָרֵחן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון כֵל װאָס מיט אים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק אופֿן קלײן ביז גרױס.
9
און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל, װאָס איר האָט מיך צו אים געשיקט, צו מאַכן פֿאַלן אײַער געבעט פֿאַר אים:
10
אױב בלײַבן װעט איר בלײַבן אין דעם דאָזיקן לאַנד װעל איך אײַך אױפֿבױען און ניט צעשטערן, און װעל אײַך אײַנפֿלאַנצן און ניט אױסרײַסן, װאָרום איך האָב חרטה אױף דעם בײז װאָס איך האָב אײַך געטאָן.
11
איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר דעם מלך פֿון בבֿל, װאָס איר האָט מוֹרא פֿאַר אים; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים, זאָגט גאָט, װאָרום איך בין מיט אײַך, אײַך צו העלפֿן, און אײַך מציל צו זײַן פֿון זײַן האַנט.
12
און איך װעל אײַך געבן דערבאַרימונג, און ער װעט אײַך דערבאַרימען, אונװ עט אײַך אומקערן אױף אײַער ערד.
13
אױב אָבער איר זאָגט: מיאָר װעלן ניט בלײַבן אין דעם דאָזיקן לאַנד – ניט צוצוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט,
14
אַזױ צו זאָגן: נײן, נײַערט קײן לאַנד מִצרַיִם װעלן מיר גײן, װוּ מיר װעלן ניט זען קײן מלחמה, און ניט הערן דעם קָול פֿון אַ שוֹפֿר, און מיר װעלן ניט הונגערן נאָך ברױט; און דאָרטן װעלן מיר װױנען –
15
טאָ אַצונד הערט דרום דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר איבערבלײַב פֿון יהודה: אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אױב קערן װעט איר קערן אײַער פּנים צו קומען קײן מִצרַיִם, און איר װעט קומען װױנען דאָרטן,
16
איז, די שװערד װאָס איר האָט מוֹרא פֿאַר איר, װעט אײַך דאָרטן דערגרײכן אין לאַנד מִצרַיִם, און דער הונגער װאָס איר האגהט זיך װעטן אים, װעט אײַך אָניאָגן דאָרטן אין מִצרַיִם, און דאָרטן װעט איר שטאַרבן.
17
און געשען װעט מיט אַלע מענטשן װאָס האָבן געקערט זײער פּנים צו קומען קײן מִצרַיִם, צו װױנען דאָרטן, אַז זײ װעלן שטאַרבן און דער שװערד, פֿונעם הונגער, און פֿון דער פּעסט, און פֿון זײ װעט ניט זײַן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער, פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף זײ.
18
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אַזױ װי מײַן כּעס און מײַן גרימצאָרן איז אױסגעגאָסן געװאָרן אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ װעט אױסגעגאָסן װערן מײַן גרימצאָרן אױף אײַך, װען איר קומט קײן מִצרַיִם, און איר װעט זײַן פֿאַר אַ פֿולך, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שאַנד; און איר װעט מער ניט אָנזען דעם דאָזיקן אָרט.
19
גאָט האָט אָנגעזאָגט װעגן אײַך, איר איבערבלײַב פֿון יהודה: איר זאָלט ניט גײן קײן מִצרַיִם; װיסן זאָלט איר װיסן זײַן אַז איך האָב אײַך הײַנט געװאָרנט.
20
װאָרום איר האָט אַן אָפּנאַר באַגאַנגען אַקעגן אײַער זעל, װען איר האָט מיך געשיקט צו יהוה אײַער גאָט, אַזױ צו זאָגן: זײַ מתפּלל פֿאַר אונדז צו יהוה אונדזער גאָט, און אַזױ װי אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט הײסן, אַזױ זאָג אונדז, און מיר װעלן טאָן.
21
און איך האָב אײַך הײַנט געזאָגט, אָבער איר הערט ניט צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט, און צו אַלץ מיט װאָס ער האָט מיך געשיקט צו אײַך.
22
און זצונד װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט װעט איר שטאַרבן אין דעם אָרט װאָס איר װילט קומען װױנען דאָרטן.