אידיש
1
און צִדקִיָהו דער זון פֿון יֹאשִיָהון איז געװאָרן מלך אױף דעם אָרט פֿון כֳּניָהו דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, װאָס נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט געמאַכט פֿאַר אַ מלך אין לאַנד יהודה.
2
און ער און זײַנע קנעכט און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד האָבן ניט צוגעהערט צו די װערטער פֿון גאָט, װאָס ער האָט גערעדט דורך יִרמיָהו הנבֿיא.
3
און דער מלך צִדקִיָהו האָט געשיקט יהוכַל דעם, זון פֿון שֶלֶמיָהן, און צפַֿניָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כֹּהן, צו יִרמיָהו הנבֿיא, אַזױ צו זאָגן: זײַ, איך בעט דיך, מתפּלל פֿאַר אונדז צו יהוה אונדזער גאָט.
4
און יִרמיָהו פֿלעגט קומען און גײן צװישן פֿאָלק, װאָרום מע האָט אים נאָך ניט געהאַט אַרײַנגעגעבן אין תּפֿיסה.
5
און דער חיל פֿון פּרעהן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; און די כַּשׂדים װאָס האָבן געלעגערט אױף ירושָלַיִם, האָבן געהערט די הערונג װעגן זײ, און האָבן אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם.
6
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא, אַזױ צו זאָגן:
7
אַזױ האָט געזאָגט יהודה דער גאָט פֿון ישׂראל: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו דעם מלך פֿון יהודה װאָס שיקט אײַך צו מיר מיך צו פֿרעגן: זע, דער כֵל פֿון פַּרעהן װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אײַך צו הילף, קערט זיך אום צו זײַן לאַנד, מִצרַיִם.
8
און די כַּשׂדים װעלן זיך אומקערן, און װעלן מלחמה האַלטן אױף דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן זי באַצװינגען, און װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער.
9
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איר זאָלט אײַך ניט אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: אַװעקגײן װעלן אַװעקגײן פֿון אונדז די כַּשׂדים; װאָרום זײ װעלן ניט אַװעקגײן.
10
װאָרום אַז איר זאָלט שלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף אײַך, און עטלעכע געשטאָכענע זאָלן בלײַבן פֿון זײ, װעלן זײ אױפֿשטײן איטלעכער אין זײַן געצעלט, און װעלן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער.
11
און עס איז געװען, אַז דער כֵל פֿון די כַּשׂדים האָט אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם פֿאַר דעם כֵל פֿון פַּרעהן,
12
איז יִרמיָהו אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם צו גײן קײן לאַנד בנימין, כּדי צו קריגן דאָרטן זײַן חלק ירושה צװישן דעם פֿאָלק.
13
איז, װי ער איז געװען אין טױער פֿון בנימין, איז דאָרטן געװען דער הױפּטמאַן פֿון דער װאַס, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יִראיָיה דער זון פֿון שֶלֶמיָה דעם זון פֿון חנַניָהן; האָט ער אָנגעכאַפּט יִרמיָהו הנבֿיאן, אַזױ צו זאָגן: צו די כַּשׂדים װילסטו צופֿאַלן.
14
האָט יִרמיָהו געזאָגט: אַליגן! איך װיל ניט צופֿאַלן צו די כַּשׂדים. אָבער ער האָט ניט צוגעהערט צו אים, און יִראיָיה האָט אָנגעכאַפּט יִרמיָהון, און האָט אים געבראַכט צו די האַרן.
15
און די האַרן האָבן געצערנט אױף יִרמיָהון, און האָבן אים געשלאָגן, און אים אַרײַנגעגעבן אין געפֿענקעניש, אין הױז פֿון יהוֹנָתָן דעם שרײַבער; װאָרום דאָס האָט מען געמאַכט פֿאַר אַ תּפֿיסה.
16
אַז יִרמיָהו איז געקומען אין געפֿענקעניש און אין די געװעלבן, און יִרמיָהו איז דאָרטן אָפּגעזעסן פֿיל טעג,
17
האָט דער מלך צִדקִיָהו געשיקט, און האָט אים אַרױסגענומען; און דער מלך האָט אים געפֿרעגט בײַ זיך אין הױז, אין פֿאַרבאָרגעניש, און האָט געזאָגט: פֿאַראַן אַ װאָרט פֿון גאָט? האָט יִרמיָהו געזאָגט: פֿאַראַן; און ער האָט געזאָגט: אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעסטו איבערגעגעבן װערן.
18
און יִרמיָהו האָט געזאָגט צום מלך צִדקִיָהון: װאָס האָב איך געזינדיקט קעגן דיר, און קעגן דײַנע קנעכט, און קעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס איר האָט מיך אַרײַנגעגעבן אין תּפֿיסה?
19
און אַװוּ זײַנען אײַערע נבֿיאים װאָס האָבן אײַך נבֿיאות געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון בבֿל װעט ניט קומען אױף אײַך און אױף דעם דאָזיקן לאַנד?
20
און אַצונד, הער צו, איך בעט דיך, מײַן האַר קיניג; זאָל, איך בעט דיך, פֿאַלן מײַן געבעט פֿאַר דיר, און זאָלסט מיך ניט אומקערן אין הױז פֿון יהוֹנָתָן דעם שרײַבער, און לאָמיך ניט שטאַרבן דאָרטן.
21
האָט דער מלך צִדקִיָהו באַפֿױלן, און מע האָט אַרײַנגעזעצט יִרמיָהון אין האָ פֿון דער װאַך, און מע האָט אים געגעבן אַ לאַבן ברױט אַ טאָג פֿון דער בעקערגאַס ביז דאָס גאַנצע ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט. אַזױ איז יִרמיָהו געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.