אידיש
1
און עס איז געװען אין פֿריטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט צו יִרמיָהון פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן:
2
נעם דיר אַ מגילה, און זאָלסט אָנשרײַבן אױף איר אַלע װערטער װאָס איך האָב גערעדט אוצו דיר אױף ישׂראל, און אױף יהודה, און אױף אַלע פֿלעקער, פֿון דעם טאָג װאָס איך רעד צו דיר, פֿון די טעג פֿון יֹאשָיָהון און ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
3
אפֿשר װעט דאָס הױז פֿון יהודה הערן דאָס גאַנצע בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן; כּדי זײ זאָלן זיך אומקערן איטלעכר פֿון זײַן שלעכטן װעג, און איך זאָל פֿאַרגעבן זײער פֿאַרברעך און זײער זינד.
4
האָט יִרמיָהו גערופֿן ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, און ברוך האָט אױפֿגעשריבן פֿון יִרמיָהוס מױל אַלע װערטער פֿון גאָט, װאָס ער האָט או אים גערעדט, אױף אַ מגילה.
5
און יִרמיָהו האָט באַפֿױלן ברוכן, אַזױ צו זאָגן: איך בין פֿאַרהאַלטן, איך קען ניט קומען אין הױז פֿון גאָט;
6
דרום זאָלסט דו גײן, און לײַענען פֿון דער מגילה װאָס דו האָסט אױפֿגעשריבן פֿון מײַן מױל, די װערטער פֿון גאָט, אין די אױערן פֿון פֿאָלק, אין הױז פֿון גאָט אין אַ פֿאַסטאָג; און אױך אין די אױערן פֿון גאַנץ יהודה װאָס קומען פֿון זײערע שטעט, זאָלסטו זײ לײַענען.
7
אפֿשר װעט פֿאַלן זײער געבעט פֿאַר גאָט, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג; װאָרום גרױס איז דער כּעס און דער גרימצאָרן װאָס גאָט האָט גערעדט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק.
8
האָט ברוך דער זון פֿון נֵרִיָהן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט אים באַפֿױלן – צו לײַענען פֿון דעם בוך די װערטער פֿון גאָט אין גאָטס הױז.
9
און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשָיָהון דעם מלך פֿון יהודה, אין נײַנטן חוֹדש, האָבן אױסגערופֿן אַ תָּענית פֿאַר גאָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין ירושָלַיִם, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז געקומען פֿון די שטעט פֿון יהודה אין ירושָלַיִם.
10
און ברוך האָט געלײַענט פֿון דעם בוך די װערטער פֿון יִרמיָהון אין הױז פֿון גאָט, אין דער קאַמערפֿון גמַריָהו דעם זון פֿון שָפָֿן דעם שרײַבער, אין דעם אױבערשטן הױף, אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון גאָטס הױז, אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק.
11
האָט מיכָיהו דער זון פֿון גמַריָהו דעם זון פֿון שָפָֿנען געהערט פֿון בוך אַלע װערטער פֿון גאָט,
12
און ער האָט אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון מלך, אין דעם שרײַבערס קאַמער; ערשט דאָרטן זיצן אַלע האַרן, אֶלישָמָע דער שרײַבער, און דלָיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, און אֶלנָתָן דער זון פֿון עַכבוֹרן, און גמַריָהו דער זון פֿון שָפָֿנען, און צִדקִיָהו דער זון פֿון חנַניָהון, און אַלע האַרן.
13
האָט זײ מיכָיהו דערצײלט אַלע װערטער װאָס ער האָט געהערט, װען ברוך האָט געלײַענט פֿון בוך אין די אױער פֿון פֿאָלק.
14
און אַלע האַרן האָט געשיקט צו ברוכן יהודי דעם זון פֿון נתַניָהו דעם זון פֿון שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון כּושין, אַזױ צו זאָגן: די מגילה װאָס דו האָסט פֿון איר געלײַענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, נעם זי אין דײַן האַנט, און קום אַהער. האָט ברוך דער זון פֿון נַריָהן גענומען די מגילה אין זײַן האַנט, און איז געקומען צו זײ.
15
האָבן זײ געזאָגט צו אים: זעץ אַקאָרשט, און לײַען זי אין אונדזערע אױערן; און ברוך האָט געלײַענט אין זײערע אױערן.
16
און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט אַלע װערטער, אַזױ האָבן זײ אײנער דעם אַנדערן אָנגעקוקט אין אַנגסט, און זײ האָבן געזאָגט צו ברוכן: דערצײלט מוזן מיר דערצײלן דעם מלך אַלע די דאָזיקע װערטער.
17
און ברוכן האָבן זײ געפֿרעגט, אַזױ צו זאָגן: זאָג אונדז אַקאָרשט, װי אַזױ האָסטו אױפֿגעשריבן די אַלע װערטער פֿון זײַן מױל?
18
האָט ברוך צו זײ געזאָגט: ער פֿלעגט אױסרופֿן צו מיר מיט זײַן מױל אַלע די דאָזיקע װערטער, און איך פֿלעג אױפֿשרײַבן אױפֿן בוך מיט טינט.
19
האָבן די האַרן געזאָגט צו ברוכן: גײ באַהאַלט זיך, דו, און יִרמיָהו, און קײַנער זאָל ניט װיסן װוּ איר זײַט.
20
און זײ זײַנען געגאַנגען צום מלך אין הױף; און די מגיאָה האָבן זײ אַװעקגעלײגט אין דער קאַמער פֿון אֶלישָמָע דעם שרײַבער; און זײ האָבן דעריצילט אין די אױערן פֿון מלך אַלע װערטער.
21
האָט דער מלך געשיקט יהודים צו ברענגען די מגילה, און ער האָט זי געברטאַכט פֿון דער קאַמער פֿון אֶלישָמָע דעם שרײַגבער; און יהודי האָט זי געלײַענט אין די אױערן פֿון מלך, און אין די אױערן פֿון די האַרן װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן מלך.
22
און דער מלך איז געזעסן אין דעם װינטערהױז – דאָס איז געװען אין נײַנטן חוֹדש – און דער פֿײַערטאָפּ איז געװען אָנגעצונדן פֿאַר אים.
23
איז װי יהודי האָט אָפּגעלײַענט דרײַ עַמודים אָדער פֿיר, אַזױ האָט ער עס אָפּגעשניטן מיטן שרײַבערמעסער, און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױפֿן פֿײַער װאָס אין פֿײַערטאָפּ, ביז די גאַנצע מגילה איז פֿאַרלענדט געװאָרן אױף דעם פֿײַער װאָס אין פֿײַערטאָפּ.
24
און זײ האָבן זיך ניט דערשראָקן, און ניט צעריסן זײערע קלײדער, דער מלך און אַלע זײַנע קנעכט װאָס האָבן געהערט אַלע די דאָזיקע װערטער.
25
און הגם אֶלנָתָן און דלָיָהו און גמַריָהו האָבן זיך געבעטן בײַם מלך ניט צו פֿאַרברענען די מגילה, האָט ער דאָך ניט צוגעהערט צו זײ.
26
און דער מלך האָט באַפֿױלן אירַכמְאֵל דעם זון פֿון מלך, און שׂרָיָהו דעם זון פֿון עַזריאֵלן, און שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון עַבדְאַלן, צו ברענגען ברוך דעם שרײַבער און יִרמיָהו הנבֿיא, אָבער גאָט האָט זײ באַהאַלטן.
27
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהון, נאָכדעם װי דער מלך האָט פֿאַרברענט די מגילה מיט די װערטער װאָס ברוך האָט אױפֿגעשריבן פֿון יִרמיָהוס מױל – אַזױ צו זאָגן:
28
נעם דיר װידער אַן אַנדער מגילה, און שרײַב אָן אױף איר אַלע פֿריערדיקע װערטער װאָס זײַנען געװען אױף דער ערשטער מגילה, װאָס יהוֹיָקים דער מלך פֿון יהודה האָט פֿאַרברענט.
29
און אױף יהוֹיָקים דעם מלך פֿו יהודה זאָלסטו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דו האָסט פֿאַרברענט די דאָזיקע מגילה, אַזױ צו זאָגן: אַלמאַי האָסטו געשריבן אױף איר, אַזױ צו זאָגן: קומען װעט קומען דער מלך פֿון בבֿל, און ער װעט צעשטערן דאָס דאָזיקע לאַנד, און װעט פֿאַרטיליקן פֿון איר מענטשן און בהמות?
30
דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט אױף יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהודה: קײַנער פֿון אים װעט ניט אַיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד, און זײַן טױטער לײַב װער זיך װאַלגערן אױף דער היץ בײַטאָג, און אױף דער קעלט בײַנאַכט.
31
און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אים, און מיט זײַן זאָמען, און מיט זײַנע קנעכט, פֿאַר זײערע זינד, און איך װעל ברענגען אױף זײ, און אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און אױף די מענער פֿון יהודה, דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף זײ, און זײ האָבן ניט צוגעהערט.
32
און יִרמיָהו האָט גענומען אַן אַנדער מגילה, און האָט זי געגעבן צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהון, דעם שרײַבער און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף איר פֿון יִרמיָהוס מױל אַלע װערטער פֿון דעם בוך װאָס יהוֹיָקים דער מלך פֿון יהודה האָט פֿאַרברענט אין פֿײַער; און צו זײ זײַנען צוגעלײגט געװאָרן נאָך פֿיל װערטער אַזױ װי זײ.