אידיש
1
דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, בעת נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל, און זײַן גאַנצער חיל, און אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד אונטער דער ממשלה פֿון זײַן האַנט, און אַלע פֿעלקער, האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ירושָלַיִם און אױף אַלע אירע שטעט; אַ זױ צו זאָגן:
2
אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: גײ, און זאָלסט רעדן צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, און זאָגן צו אים: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל, או ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿײַער.
3
און דו װעסט ניט אַנטרונען װערן פֿון זײַן האַנט, נאָר כאַפּן װעסטו געכאַפּט װערן, און אין זײַן האַנט װעסטו איבערגעגעבן װערן, און אױג אין אױג װעסטו זען דעם מלך פֿון בבֿל, און מױל צו מױל װעט ער מיט דיר רעדן, און קײן בבֿל װעסטו קומען.
4
אָבער הער דאָס װאָרט פֿון גאָט, צִדקִיָהו מלך פֿון יהודה: אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף דיר: װעסט ניט שטאַרבן דורכן שװערד.
5
בשלום װעסטו שטאַרבן, און לױט די פֿאַרברענונגען פֿון דײַנע עלטערן, די פֿרידיקע מלכים װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, אַזױ װעט מען פֿאַרברענען נאָך דיר; און ״װײ האַר!״ װעט מען קלאָגן אױף דיר, װאָרום איך האָב אַ װאָרט גערעדט, זאָגט גאָט.
6
און יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה אַלע די דאָזיקע װערטער אין ירושָלַיִם,
7
בעת דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל האָט מלכמײַ געהאַלטן אױף ירושָליִם, און אױף אַלע געבליבענע שטעט פֿון יהודה, אױף לָכיש, און אױף עַזֵקָה; װאָרום זײ זײַנען געבליבן צװישן די שטעט פֿון יהודה באַפֿעסטיקטע שטעט.
8
דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, נאָכדעם אַז דער מלך צִדקִיָהו האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן גאַנצן פֿאָלק אין ירושָלַיִם, אױסצורופֿן בײַ זיך אַ פֿרײַלאָזונג;
9
אַרױסצולאָזן איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, דעם ייִדישן און די ייִדישע, פֿרײַ, אַז קײַנער זאָל ניט אַרבעטן מיט זײ, מיט זײַן ייִדישן ברודער.
10
האָבן געװעסט צוגעהערט אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס זײַנען אַרײַן אין דעם בונד אַרױסצולאָזן איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, פֿרײַ, ניט צו אַרבעטן מיט זײ מער, און זײ האָבן געהאָרכט און האָבן אַרױסגעלאָזט.
11
אָבער דערנאָך האָבן זײ חרטה געקריגן, און האָבן צוריקגענומען די קנעכט און די דינסטן, װאָס זײ האָבן אַרױסגעלאָזט פֿרײַ, און זײ האָבן זײ באַצװוּנגען פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן.
12
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו יִרמיָהוהן, פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן:
13
אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: איך האָב געשלאָסן אַ בונד איט אײַערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, אַזױ צו זאָגן:
14
צום סָוף פֿון זיבן יאָר זאָלט איר אַר אױסלאָזן איטלעכער זײַן ייִדישן ברודער, װאָס האָט זיך פֿאַרקױפֿט צו דיר, און האָט דיר געדינט זעקס יאָר; זאָלסט אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿון דיר. אָבער אײַערע עלטערן האָבן ניט צוגעהערט צו מיר, און ניט צוגענײַגט זײער אױער.
15
און איר האָט הײַנט תּשובה געטאָן, און האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, אױסצורופֿן אַ פֿרײַלאָזונג איטלעכער צו זײַן חבר, און איר האָט געשלאָסן אַ בונד פֿאַר מיר אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים.
16
אָבער איר האָט חרטה געקריגן, און איר האָט פֿאַרשװעכט מײַן נאָמען, און האָט צוריקגענומען איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, װאָס איר האָט אַרױסגבעלאָזט פֿרײַ פֿאַר זיך; און איר האָט זײ באַצװוּנגען צו זײַן פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו אײַך.
17
דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: איר האָט ניט צו געהערט צו מיר, אױסצורופֿן אַ פֿרײַלאָזונג איטלעכער צו זײַן ברודער, און איטלעכער צו זײַן חבר, אָט ריף איך אײַך אױס אַ פֿרײַלאָזונג זאָגט גאָט, צאַר דער שװערד, פֿאַר דער פּעסט, און פֿאַר דעם הונגער, און איך װעל אײַך מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד.
18
און איך װעל געבן די מענטשן װאָס האָבן איבערגעטרעטן מײַן בונד. װאָס האָבן ניט מקיים געװען די װערטער פֿון דעם בונד װאָס זײ האָבן געשלאָסן פֿאַר מיר, בײַ דעם קאַלב װאָס זײ האָבן צעשניטן אין צװײַען, און זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן זײַנע שטיקער –
19
די האַרן פֿון יהודה, און די האַרן פֿון ירושָלַיִם, די הױפֿדינער, און די כֹּהנים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָס זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן די שטיקער פֿון דעם קאַלב –
20
איך װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און זײערע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד.
21
און צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה און זײַנע האַרן װעל איך געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און אין דער האַנט פֿון דעם איל פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װאָס האָט אָפּגעצױגן פֿון אײַך.
22
זע, איך באַפֿעל, זאָגט גאָט, און װעל זײ אומקערן צו דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן מלחמה האַלטן אױף איר, און װעלן זי באַצװינגען, און װעלן זי פֿאַרברענען אין װײער, און די שטעט פֿון יהודה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש אָן אַ באַװױנער.