אידיש
1
אין יענער צײַט, זאָגט יהוה, װעל איך זײַן צום גאָט בײַ אַלע משפּחות פֿו ישׂראל, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק.
2
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: געפֿונען האָט לײַטזעליקײט אין מדבר דאָס פֿאָלק פֿון שװערד געבליבן; גײ אים באַרוען, ישׂראל.
3
פֿון װײַטן האָט גאָט זיך באַװיזן צו מיר: יאָ, אײביקע ליבשאַפֿט האָב איך דיך ליב, דרום צי איך דיך צו מיט גענאָד.
4
איך װעל דיך נאָך אױפֿבױען, און װעסט אױפֿגעבױט װערן, יונגפֿרױ ישׂראל;
5
װעסט נאָך אָנטאָן דײַנע פּײַקלעך, און אַרױסגײן אין לוסטיקן טאַנץ. װעסט נאָך פֿלאַנצן װײַנגערטנער אױף די בערג פֿון שוֹמרוֹן; פֿלאַנצן װעלן פֿלאַנצער און פֿאַרניצן אַלײן.
6
װאָרום זײַן װעט אַ טאָג, װען די װעכטער רופֿן אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים: שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן קײן צִיוֹן, צו יהוה אונדזער גאָט.
7
װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זינגט מיט פֿרײד װעגן יעקב, און שאַלט װעגן דעם קאָפּ פֿון די פֿעלקער; מאַכט הערן, לױבט, און זאָגט: העלף, גאָט, דײַן פֿאָלק, דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל.
8
זע, איך ברענג זײ פֿון צפֿון-לאַנד, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די עקן ערד; צװישן זײ דעם בלינדן און דעם הינקעדיקן, די טראָגעדיקע און די געװינערין אין אײנעם; אַ גרױס געזעמל װעלן זײ זיך אומקערן אַהער.
9
מיט געװײן װעלן זײ קומען, און מיט לײַטזעליקײט װעל איך זײ ברענגען; איך װעל זײ פֿירן בײַ טײַכן װאַסער, אױף אַ װעג אַ גלײַכן װאָס זײ װעלן דרין ניט געשטרױכלט װערן; װאָרום איך בין אַ פֿאָטער צו ישׂפֿאל, און אפֿרים, ער איז מײַן בכָור.
10
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר װעלקער, און דערצײלט אין די אינדזלען פֿון דער װײַט, און זאָגט: דער װאָס האָט צעשפּרײט ישׂראל, טוט אים אײַנזאַמלען, און היט אים װי אַ פּאַסטוך זײַן סטאַדע.
11
װאָרום גאָט האָט אױסגעקױפֿט יעקב, און אים אױסגעלײַזט פֿון דער האַנט פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים. און זײ װעלן קומען און זינגען אױף דער הײך פֿון צִיוֹן,
12
און זײ װעלן שטראָמען צו גאָטס גוטס, צו תּבואה, און צו װײַן, און צו אײל, און צו יונגע שאָף און רינדער; און זײער זעל װעט זײַן װי אַ באַװעסערטער גאָרטן, און זײ װעלן מער װידער ניט שמאַכטן.
13
דענצמאָל װעט די יונגפֿרױ זיך פֿרײען אין טאַנץ, און בכורים און זקנים אין אײנעם; און איך װעל פֿאַרקערן זײער טרױער אין פֿרײד, און װעל זײ טרײסטן און זײ דערפֿרײען אין זײער קומער.
14
און איך װעל זעטן די זעל פֿון די כֹּהנים מיט פֿעטקײט, און מײַן פֿאָלק װעט זײַן זאַט מיט מײַן גוטס, זאָגט גאָט.
15
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַ קָול װערט אין רָמָה געהערט, אַ יאָמער, אַ ביטער געװײן; רחל װײנט אױף אירע קינדער, זי װיל זיך ניט טרײסטן נאָך אירע קינדער, װאָס זײ זײַנען מער ניטאָ.
16
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַרמײַד דײַן קָול פֿון געװײן, און דײַנע אױגן פֿון רטרערן, װאָרום פֿאַראַן אַ לױן פֿאַר דײַן מי, זאָגט גאָט; און זײ װעלן זיך אומקערן פֿון לאַנד פֿון דעם פֿײַנט.
17
און פֿאַראַן אַ האָפֿונג פֿאַר דײַן לעצט, זאָגט גאָט, און די קינדער װעלן זיך אומקערן צו זײער געמאַרק.
18
הערן האָב איך געהערט אפֿרים זיך קלאָגן: האָסט מיך געשטראָפֿט, און איך בין געשטראָפֿט, און איך בין געשטראָפֿט געװאָרן, װי אַ קאַלב ניט געלערנט; לאָז מיך אומקערן, און איך װעל זיך אומקערן, װאָרום דו ביסט יהוה מײַן גאָט.
19
װאָרום נאָך מײַן אָפּקערונג האָב איך חרטה געהאַט, און נאָך מײַן געװאָרן װערן, האָב איך זיך געשלאָגן אױפֿן דיך; איך שעם זיך און בין אין בִיוש, װײַל איך טראָג די שאַנד פֿון מײַן יוגנט.
20
איז מיר אַ טײַער זון אפֿרים, צי אַ קינד אַ געצערטלטס? װאָרום װי נאָר איך רעד פֿון אים; בענקען בענק איך װידער נאָך אים: דרום ברומען מײַנע אינגעװײד צו אים; דערבאַרימען װעל איך אים דערבאַרימען, זאָגט גאָט.
21
שטעל דיר צײכנס, מאַך דיר װעגשטאַנגען, גיב אַכט אױף דעם שטעג, דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען; קער זיך אום, יונגפֿרױ ישׂראל, קער זיך אום צו די דאָזיקע שטעט דײַנע.
22
ביז װאַנען װעסטו זיך אָפּדרײען, טאָכטער װידערשפּעניקע? פֿאַר װאָר, גאָט האָט באַשאַפֿן אַ נײַס אױף דער ערד: די װײַבספּאַרשױן זאָל זיך שַדכען צום מאַן.
23
אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: מע װעט נאָך זאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט אין לאַנד פֿון יהודה, און אין זײַנע שטעט, װען איך קער אום זײער געװאַנגענשאַפֿט: גאָט זאָל דיך גענטשן, װױנונג פֿון גערעכטיקײט, הײליקער באַרג!
24
און יהודה און אַלע זײַנע שטעט װעלן דרינען זיצן אין אײנעם: אַקערלײַט, און די װאָס ציען מיט סטאַדיעס.
25
װאָרום איך דערקװיק די מידע זעל, און איטלעך זעל װאָס שמאַכט, טו איך אָנפֿילן.
26
דערױף האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט און מיך אומגעקוקט; און מײַן שלאָף איז מיר זיך געװען.
27
זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און איאָך װעל פֿאַרזײֵען דאָס הױז פֿון ישׂראל און דאָס הױז פֿון יהודה, מיט זאָמען פֿון מענטשן, און מיט זאָמען פֿון בהמות.
28
און עס װעט זײַן, אַזױ װי איך האָב אױפֿגעפּאַסט אױף זײ, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן, און צו צעשטערן און אונטערצוברענגען, און בײז צו טאָן, אַזױ װעל איך אױפֿפּאַסן אױף זײ, צו בױען און צו פֿלאַנצן, זאָגט גאָט.
29
אין יענע טעג װעט מען מער ניט זאָגן: די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן, און די צײן פֿון די זין זײַנען האַיליק.
30
נײַערט איטלעכער פֿאַר זײַן זינד װעט שטאַרבן; יעטװעדער מענטש װאָס עסט די זױערע װײַנטרױבן, זײַנע צײן װעלן האַיליק װערן.
31
זע, טעג קומע, זאָגט גאָט, און איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון ישׂראל, און מיאָט דעם הױז פֿון יהודה, אַ נײַעם בונד;
32
ניט װי דער בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב אָנגענומען זײער האַנט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; װאָרום זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן בונד, הגם איך בין געװען זײער האַר, זאָגט גאָט.
33
נײַערט דאָס װעט זײַן דער בונד װאָס איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון ישׂראל נאָך יענע טאָג, זאָגט גאָט: איך גיב אַרײַן מײַן תּוֹרה אין זײ, און אױף זײער האַרצן װעל איך זי אױפֿשרײַבן; און איך װעל זײ זײַן צום גאָט, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק.
34
און זײ װעלן מער ניט לערנען איטלעכער זײַן חבר, און איטלעכר זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קענט גאָט! װאָרום זײ אַלע װעלן מיך קענען, פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן, זאָגט גאָט; װאָרום איך װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און זײער חטא װעל איך מער ניט דערמאָנען.
35
אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער װאָס גיט די זון פֿאַר אַ ליכט בײַ טאָג, און אי געזעצן פֿון לבנה און שטערן פֿאַר אַ ליכט בײַ נאַכט; דער װאָס רודערט אױף דעם אים, אַז זײַנע װעלן ברומען – יהוה פֿון צבָאומת איז זײַן נאָמען:
36
אױב די דאָזיקע געזעצן װעלן אָפּגעטאָן װערן פֿון פֿאַר מיר, זאָגט גאָט, װעט אױך דער זאָמען פֿון ישׂראל אױפֿהערן צו זײַן אַ פֿאָלק פֿאַר מיר אַלע טעג.
37
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אױב די הימלען פֿון אױבן װעלן אױסגעמאָסטן װערן, און די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד אונטן װעלן דערפֿאָרשט װערן, װעל איך אױך פֿאַראַכטן אַלדעם זאָמען פֿון ישׂראל, פֿאַר אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן, זאָגט גאָט.
38
זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און די שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן צו גאָט, פֿון דעם טורעם פֿון כַנַנאֵל ביזן װינקלטױער.
39
און די מעסטשנױר װעט אַרױסגײן װײַטער, גלײַך אַקעגן, ביזן בערגל גָרֵב, און װעט זיך פֿאַרדרײען קײן גוֹעָה.
40
און דער גאַנצער טאָל פֿון פּגרים און אַש, און אַלע פֿעלדער ביז באַק קִדרוֹן, ביזן װינקל פֿון פֿערדטױער אין מזרח, װעלן זײַן הײליק צו גאָט; עס װעט מער ניט אױסגעריסן װערן, און ניט צעשטערט װערן, אױף אײביק.