אידיש
1
און עס איז געװען אין יענעם יאָר, אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהודה, אין פֿירטן יאָר, אין פֿינפֿטן חוֹדש, האָט צו מיר געזאָגט חנַניָה דער זון פֿון עַזור דעם נבֿיא װאָס פֿון גִבְעוֹן, אין הױז פֿון גאָט פֿאַר די אױגן פֿון די כֹּהנים און פֿון גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן:
2
אַזױ האָט גערעדט יהוה פֿון צבָאומת, דער גאָט פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: איך האָב צעבראָכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל.
3
אין נאָך צװײ יאָר צײַט קער איך אױם צו דעם דאָזיקן אָרט אַלע כּלים פֿון גאָטס הױז, װאָס נבוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט אַװעקגענומען פֿון דעם דאָזיקן אָרט, און זײ געבראַכט קײן בבֿל;
4
און יכָניָה דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהודה, און אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהודה, װאָס זײַנען געקומען קײן בבֿל, קער איך אום צו דעם דאָזיקן אָרט, זאָגט גאָט; װאָרום איך װעל צעברעכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בבֿל.
5
האָט יִרמיָה הנבֿיא געזאָגט צו חנַניָה דעם נבֿיא פֿאַר די אױגןפֿון די כֹּהנים, און פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס זײַנען געשטאַנען אין הױז פֿון גאָט –
6
האָט יִרמיָה הנבֿיא געזאָגט: אָמן! זאָל גאָט טאָן אַזױ! זאָל גאָט מקיים זײַן דײַנע װערטער װאָס דו האָסט נבֿיאות געזאָגט, אומצוקערן די כּלים פֿון גאָטס הױז, און אַלע פֿאַרטריבענע, פֿון בבֿל צו דעם דאָזיקן אָרט.
7
אָבער הער אַקאָרשט דאָס דאָזיקע װאָרט, װאָס איך רעד אין דײַנע אױערן, און אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק:
8
די נבֿיאים װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר און פֿאַר דיר פֿון אײביק אָן, האָבן נבֿיאות געזאָגט איבער פֿיל לענדער, און איבער גרױסע מלוכות, אױף מלחמה, און אױף אומגליק, און אױף פּעסט.
9
דער נבֿיא װאָס זאָגט נבֿיאות אױף שלום, איז, ערשט אַז דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא קומט אָן, װערט דער נבֿיא דערקענט, אַז גאָט האָט אים מיט אַן אמת געשיקט.
10
האָט חנַניָה דער נבֿיא אַראָפּגענומען דעם יאָכשטאַנג פֿון יִרמיָה הנבֿיאס האַלדז, און האָט אים צעבראָכן.
11
און חנַניָה האָט געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַזױ װעל איך צעברעכן דעם יאָך פֿון נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל, אין נאָך צװײ יאָר צײַט, פֿון דעם האַלדז פֿון אַלע פֿעלקער. – און יִרמיָה הנבֿיא איז געגאַנגען אױף זײַן װעג.
12
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהן, נאָכדעם װי חנַניָה דער נבֿיא האָט צעבראָכן דעם יאָכשטאַנג פֿון יִרמיָה הנבֿיאס האַלדז, אַזױ צו זאָגן:
13
גײ, און זאָלסט זאָגן צו חנַניָהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: הילצערנע שטאַנגען האָסטו צעבראָכן, און װעסט מאַכן אָנשטאָט זײ אײַזערנע שטאַנגען.
14
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל: אַן אײַזערנעם יאָך האָב איך געגעבן אױפֿן האַלדז פֿון אַלע די דאָזיקע פֿעלקער, צו דינען נבוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בבֿל, און זײ װעלן אים דינען; און אַפֿילו די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן.
15
און יִרמיָה הנבֿיא האָט געזאָגט צו חנַניָה דעם נבֿיא: הער אַקאָרשט, חנַניָה, גאָט האָט דיך ניט געשיקט, און דו האָסט פֿאַרזיכערט דאָס דאָזיקע פֿאָלק אױף ליגן.
16
דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: זע, איך שיק דיך אַװעק פֿון געזיכט פֿון דער ערד; הײַיאָר װעסטו שטאַרבן, װײַל אָפּקערונג האָסטו גערעדט קעגן גאָט. –
17
און חנַניָה דער נבֿיא איז געשטאָרבן אין יענעם יאָר אין זיבעטן חוֹדש.