אידיש
1
אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן:
2
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: שטעל זיך אין הױף פֿון גאָטס הױז, און זאָלסט רעדן צו אַלע שטעט פֿון יהודה װאָס קומען זיך בוקן אין הױז פֿון גאָט, אַלע װערטער װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן צו רעדן צו זײ; זאָלסט ניט מינערן אַ װאָרט.
3
אפֿשר װעלן זײ הערן, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײ שלעכטן װעג, און איך װעל חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן, פֿון װעגן זײערע שלעכטע מעשׂים.
4
און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אױב איר װעט ניט צוהערן צו מיר, צו גײן אין מײַן תּוֹהר װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך,
5
צוצוהערן צו די װערטער פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, װאָס איך שיק צו אײַך, און שיק נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד, און איר האָט ניט צוגעהערט,
6
װעל איך מאַכן דאָס דאָזיקע אױז אַזױ װי שילוֹ, און די דאָזיקע שאָט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ קללה בײַ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.
7
און די כֹּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געהערט יִרמיָהון רעדן די דאָזיקע װערטער אין הױז פֿון גאָט.
8
און עס איז געװען, װי יִרמיָהו האָט געענדיקט רעדן אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן צו רעדן צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ האָבן די כֹּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק אים אָנגעכאַפּט, אַזױ צו זאָגן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן!
9
אַלמאַי האָסטו נבֿיאות געזאָגט אין נאָמען פֿון גאָט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי שילוֹ װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז, און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן װיסט אָן אַ באַװױנער? און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אײַנגעזאַמלט קעגן יִרמיָהון אין הױז פֿון גאָט.
10
און די האַרן פֿון יהודה האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער, און זײ זײַנען אַרױפֿגעקומען פֿון דעם מלכס הױז אין הױז פֿון גאָט, און האָבן זיך געזעצט אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון גאָט.
11
און די כֹּהנים און די נבֿיאים האָבן געאָגט צו די האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: טױטשטראָף קומט דעם דאָזיקן מאַן, װײַל ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט, אַזױ װי איר האָט געהערט מיט אײַערע אױערן.
12
האָט יִרמיָהו געזאָגט צו אַלע האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט מיך געשיקט נבֿיאות צו זאָגן אױף דעם דאָזיקן הױז און אױף דער דאָזיקער שאָטט אַלע װערטער װאָס איר האָט געהערט.
13
און אַצונד בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים, און הערט צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט, און יהוה װעט חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף אײַך.
14
און איך, אָט בין איך אין אײַערע הענט, טוט מיט מיר אַזױ װי עס איז װױל און װי עס איז רעכטפֿאַרטיק אין אײַערע אױגן.
15
אָבער װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז אױב איר טײט מיך, ברענגט איר אומשולדיק בלוט אױף אײַך, און אױף דער דאָזיקער שטאָט, און אױף אירע באַװױנער, װאָרום גאָט האָט מיך באמת געשיקט צו אײַך, צו רעדן אין אײַערע אױערן אַלע די דאָזיקע װערטער.
16
האָבן די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק געזאָגט צו די כֹּהנים און צו די נבֿיאים: דעם דאָזיקן מאַן קומט ניט טױטשטראָף, װאָרום אין נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט האָט ער גערעדט צו אונדז.
17
און מענער פֿון די עלטסטע פֿון לאַנד זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן:
18
מיכָה פֿון מוֹרֶשֶת פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין די טעג פֿון כִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאומת: צִיוֹן װעט װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן, און ירושָלַיִם װעט הױפֿנס װערן, און דער באַרג פֿון גאָטס הױז צו װאַלדיקע הײכן.
19
האָבן אים דען טײטן געטײט כִזקִיָהו דער מלך פֿון יהודה און גאַנץ יהודה? פֿאַר װאָרק, ער האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, און ער האָט געבעטן בײַ גאָט, און גאָט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף זײ; און מיר טוען זיך אַלײן אַ גרױס בײז.
20
און נאָך אַ מאַן פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון גאָט, אורִיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, פֿון קִריַת-יעָרים; און ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט און אױף דעם דאָזיקן לאַנד, אַזױ װי אַלע װערטער פֿון יִרמיָהױן.
21
און דער מלך יהוֹיָקים, און אַלע זײַנע גיבוֹרים, און אַלע האַרן, האָבן געהערט זײַנע װערטער, און דער מלך האָט אים געזוכט צו טײטן; אָבער אורִיָהו האָט געהערט דערפֿון, און ער האָט מוֹרא געקריגן, און איז אַנטלאָפֿן און געקומען קײן מִצרַיִם.
22
האָט דער מלך יהוֹיָקים געשיקט מענטשן קין מִצרַיִם, אֶלנָתָן דעם זון פֿון עַכבוֹרן, און נאָך מענטשן מיט אים, קײן מִצרַיִם.
23
און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אַורִיָהון פֿון מִצרַיִם, און האָבן אים געבראַכט צום מלך יהוֹיָקים, און ער האָט אים דערשלאָגן מיטן שװערד, און אַװעקגעװאָרפֿן זײַן טױט לײַב צװישן די קברים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק.
24
אָבער די האַנט פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען איז געװען מיט יִרמיָהון, אַז מע זאָל אים ניט געבן אין דער האַנט פֿון פֿאָלק אים צו טײטן.