אידיש
1
דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהודה – דאָס איז דאָס ערשטע יאָר פֿון נבוכַדראָאצקר דעם מלך פֿון בבֿל –
2
װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהודה, און צו אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן:
3
פֿון דרײַנצנטן יאָר פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהודה, אוהן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, שִין דרײַ און צװאַנציק יאָר איז דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, און איך האָב גערעדט צו אײַך, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט, און איר האָט ניט צוגעהערט.
4
און גאָט האָט צו אײַך געשיקט אַלע זײַנען קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט, – אָבער איר האָט ניט צוגעהערט און ניט צוגענײַגט אײַער אױער צו הערן –
5
אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום פֿאָרט איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און פֿון אײַערע שלעכטע מעשׂים, און בלײַבט זיצן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן פֿון אײביק און ביז אײביק,
6
און איר זאָלט ניט גײן נאָך פֿרעמדע געטער זײ צו דינען, און זיך צו בוקן צו זײ, און איר זאָלט מיך ניט דערצערענען מיט דעם װערק פֿון אײַערע הענט, און איך װעל אײַך ניט בײז טאָן.
7
אָבער איר האָט ניט צוגעהערט צו מיר, זאָגט גאָט, כּדי מיך צו דערצערענען מיט דעם װערק פֿון אײַערע הענט, צו אײַער אײגענער רעה.
8
דרום האָט גאָט פֿון צבָאוֹת אַ אוזי געזאָגט: װײַל איר האָט ניט צוגעהערט מײַנע װערטער,
9
אָט שיק איך און װעל נעמען אַלע משפּחות פֿון צפֿון, זאָגט גאָט, און צו נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, מײַן קנעכט; און איך װעל זײ ברענגען אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און אױף אירע באַװױנער, און אױף אַלע די דאָזיקע פֿעלקער רונד אַרום, און איך װעל זײ פֿאַרװיסטן, און װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אײביקע כורבות.
10
און איך װעל פֿאַרטיליקן פֿון זײ דעם קָול פֿון לוסטיקײט און דעם קָול פֿון פֿרײד, דעם קָול פֿון אַ כתן און דעם קָול פֿון אַ כּלה, דאָס געריאָיש פֿון אַ האַנטמיל, און דעם שײן פֿון אַ ליכט.
11
און דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד װעט װערן אַ כורבן און אַ װיסטעניש, און די דאָזיקע פֿעלקער װעלן דינען דעם מלך פֿון בבֿל זיבעציק יאָר.
12
און עס װעט זײַן, אַז די זיבעציק יאָר װערן פֿול, װעל איך זיך רעכענען מיט דעם מלך פֿון בבֿל, און מיט יענעם פֿאָלק, זאָגט גאָט, פֿאַר זײער זינד, און מיט דעם לאַנד פֿון די כַּשׂדים; אױן איך װעל עס מאַכן פֿאַר אײביקע װיסטענישן.
13
און איך װעל ברענגנע אױף יענעם לאַנד אַלע מײַנע װערטער װאָס איך האָב גערעצט דערױף, אַלץ װאָס שטײט געשרטיבן אין דעם דאָזיקן בוך, װאָס יִרמיָהו האָט נבֿיאות געזאָגט אױף אַלע פֿעלקער.
14
װאָרום פֿיל פֿעלקער און גרױסע מלכים װעלן אױך זײ פֿאַרקנעכטן; און איך װעל זײ באַצאָלן לױט זײער טואונג און לױט דעם װערק פֿון זײערע הענט.
15
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל צו מיר: נעם דעם דאָזיקן כָּוס מיט װײַן פֿון גרימצאָרן, פֿון מײַן האַנט, און זאָלסט אים געבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס איך שיק דיך צו זײ.
16
און זײ װעלן טרינקען, און זיך װאַקלען, און משוגע װערן, פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שֵק צװישן זײ.
17
און איך האָב גענומענם דעם כָּוס פֿון גאָטס האַנט, און האָב געגעבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס גאָט האָט מיך צו זײ געשיקט:
18
ירושָלקיִם, און די שטעט פֿון יהודה, און אירע מלכים, אירע האַרן, כּדי זײ צו מאַכן פֿאַר אַ כורבן, פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ קללה, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג;
19
פּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זײַנע קנעכט, און זײַנע האַרן, און זײַן גאַנצן פֿאָלק;
20
און אַלע געמישטע פֿעלקער, און אַלע מלכים פֿון לאַנד עוץ, און אַלע מלכים פֿון לאַנד פּלִשתּים, און אַשקלוֹן, און עַזָה, און עֶקרוֹן, און דעם איבערבלײַב פֿון אַשדוֹד;
21
אֶדוֹם, און מִאָב, און די קינדער פֿון עַמוֹן;
22
און אַלע מלכים פֿון צוֹר, און אַלע מלכים פֿון צידוֹן, און די מלכים פֿון דעם אינדזל װאָס אױף יענער זײַט אים;
23
דדָן, און תֵּימאָ, און בוז, און אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן;
24
און אַלע מלכים פֿון עַרָב, און אַלע מלכים פֿון די געמישטע פֿעלקער, װאָס װױנען אין מדבר;
25
און אַלע מלכים פֿון זמרי, און אַלע מלכים פֿון עֵילָם, און אַלע מלכים פֿון מָדַי;
26
און אַלע מלכים פֿון צפֿון, די נאָנטע און די װײַטע, אײנעם נאָכן אַנדערן, און אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלט װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. און דער מלך פֿון שֵשַך זאָל טרינקען נאָך זײ.
27
און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צבָאוֹת, דער גאָט פֿון ישׂראל; טרינקט און װערט שיכּור, און ברעכט, און פֿאַלט און שטײט ניט אױף, פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שיק צװישן אײַך.
28
און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן ניט װעלן נעמען דעם כָּוס פֿון דײַן האַנט, צו טרינקען, זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: טרינקען מוזט איר טרינקען!
29
װאָרום זעט, מיט דער שטאָט װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף איר, הײב איך אָן בײז צו טאָן, און איר זאָלט שױנען פֿאַרשוינט װערן? איר װעט ניט פֿאַרשױנט װערן, װאָרום איך רוף אַ שװערד אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד, זאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת.
30
און דו זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף זײ אַלע די דאָזיקע װערטער, און זאָגן צו זײ: גאָט ברילט פֿון דער הײך, און פֿון זײַן הײליקער װױנונג לאָזט ער אַרױס זײַן קָול: ברילן ברילט ער איבער זײַן פֿיטערפּלאַץ, ״הֵידָד!״ װי װײַנטערעטער שרײַט ער אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד.
31
דער ליאַרעם גרײַכט ביז עק ערד, װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט די פֿעלקער, ער משפּט זיך מיט אַלע לײַבער; די רשעים, זײ גיט ער איבער צום שװערד, זאָגט גאָט.
32
אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָאוֹת: זע, אַן אומגליק גײט אַרױס פֿון פֿלאָק צו פֿאָלק, און אַ גרױסער שטורעם װעט זיך דערװעקן אין די עקן פֿון דער ערד.
33
און די דערשלאָגענע פֿון גאָט װעלן זײַן אין יענעם טאָג פֿון עק ערד ביז עק ערד; זײ װעלן ניט באַקלאָגט, און ניט אײַנגעזאַמלט און ניט באַגראָבן װערן; צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן.
34
יאָמערט, איר פּאַסטוכער, און שרײַט, און קײַקלט אײַך אין שטױב, איר פֿירער פֿון די שאָף, װאָרום אײַערע טעג זײַנען פֿול צום שעכטן; און איך װעל אײַך צעברעכן, און איר װעט פֿאַלן װי אַ כּלי אַ טײַערע.
35
און קײן אַנטלױפֿונג װעט ניט זײַן פֿאַר די פּאַסטוכער, און קײן אַנטרינונג פֿאַר די פֿירער פֿון די שאָף.
36
אַ קָול פֿון געשרײ פֿון די פּאַסטוכער, און אַ איללה פֿון די פֿירער פֿון די שאָף! װאָרום גאָט פֿאַרװיסט זײער פֿיטערונג.
37
און פֿאַרשניטן װעלן װערן די פֿרידלעכע פֿיטער פּלעצער, פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון גאָט.
38
ער האָט פֿאַרלאָזן װי אַ יונגלײַב זײ צודעק; זײער לאַנד איז געװאָפֿן צו װיסט פֿון װעגן דעם גרים פֿון דער פֿאַרטיליקערין, און פֿון װעגן דעם גרים פֿון זײַן צאָרן.