אידיש
1
דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון גאָט, װען דער מלך צִדקִיָהו האָט צו אים געשיקט פַּשחור דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, און צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כֹּהן, אַזױ צו זאָגן:
2
פֿרעג, איך בעט דיך, פֿאַר אונדז בײַ גאָט, װאָרום נבוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בבֿל האַלט מלחמה אױף אונדז; אפֿשר װעט גאָט טאָן מיט אונדז אַזױ װי אַלע זײַנע װוּנדער, און ער װעט אָפּציען פֿון אונדז.
3
האָט יִרמיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו צִדקִיָהון:
4
אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך דרײַ אום די כּלֵי-מלחמה װאָס אין אײַער האַנט, װאָס איר האַלט דערמיט מלחמה דרױסן פֿון דער מױער אַקעגן דעם מלך פֿון בבֿל, און אַקעגן די כַּשׂדים, װאָס לעגערן אױף אײַך, און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אין דער דאָזיקער שטאָט.
5
און איך גופֿא װעל מלחמה האַלטן מיט אײַך, מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט און מיט אַ שטאַרקן אָרעם, און מאָיט כּעס, און מיט גרים, און מיט גרױס צאָרן.
6
און איך װעל שלאָגן די באַװױנער פֿון דער דאָזיקער שטאָט, אי מענטש אי בהמה; פֿון אַ גרױסער פּעסט װעלן זײ שטאַעבן.
7
און דערנאָך, זאָגט גאָט, װעל איך געבן צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהודה, און זײַנע קנעכט, און דאָס פֿאָלק, די װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דער דפֿאָזיקער שטאָט פֿון דער פּעסט, פֿון דער שװערד, און פֿון דעם הונגער, אין דער האַנט פֿון נבוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בבֿל, און אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן; און ער וועט זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; ער װעט זײ ניט שױנען, און װעט ניט דערבאַרימען און ניט רכמנות האָבן.
8
און צו דעם דאָזיקן פֿאָלק זאָלסטו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך לײג פֿאַר אײַך דעם װעג פֿון לעבן און דעם װעג פֿון טױט.
9
דער װאָס בלײַבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט, װעט שטאַרבן פֿון שװערד, און פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, אָבער דער װאָס גײט אַרױס און װעט צופֿאַלן צו די כַּשׂדים װאָס לעגערן אױף אײַך, װעט בלײַבן לעבן, און זײַן נפֿש װעט אים זײַן צום געװינס.
10
װאָרום איך האָב געטאָן מײַן פּנים קעגן דער דאָזיקער שטאָט צום בײזן און ניט צום גוטן, זאָגט גאָט; אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בבֿל װעט זי איבערגעגעבן װערן און ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿײַער.
11
און צום הױז פֿון דעם מלך פֿון יהודה: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט.
12
הױז פֿון דוד, אַזױ האָט גאָט געזאָגט: האַלט אַ משפּט אין דער פֿרי, און זײַט מציל דעם באַגזלטן פֿון דעם דריקערס האַנט, כּדי מײַן גרימצאָרן זאָל ניט אַרױסגײן װי אַ פֿײַער, און ברענען אַז קײן לעשער זאָל ניט זין, פֿון װעגן אײַערע בײזע מעשׂים.
13
זע, איך קום צו דיר, באַװױנערין פֿון טאָל, דו פֿעלז פֿון פּלױן, זאָגט גאָט; איר װאָס זאָגט: װער װעט נידערן אױף אונדז? און װער װעט קומען אין אונדזערע װױנונגען?
14
און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אײַך לױט דער פֿרוכט פֿון אײַערע מעשׂים, זאָגט גאָט; און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין איר װאַלד, און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאס אַרום איר.