אידיש
1
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2
גײ און זאָלסט רופֿן אין די אױערן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איך געדענק דיר די גינציקײט פֿון דײַן יוגנט, די ליבשאַפֿט פֿון דײַן כּלה-צײַט; דײַן גײן נאָך מיר אין דער מדבר, אין אַ לאַנד ניט געזײט.
3
הײליק בײַ גאָט איז ישׂראל, דאָס ערשטע פֿון זײַן תּבואה; אַלע זײַנע פֿאַרצערער װעלן פֿאַרװיסט װערן; אַ בײזעניש װעט קומען אױף זײ, זאָגט גאָט.
4
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר הױז פֿון יעקב, און אַלע משפּחות פֿון הױז פֿון ישׂראל;
5
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װאָס האָבן אײַערע עלטערן אין מיר אַן עװלה געפֿונען, װאָס זײ האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, און געגאַנגען נאָך נישט און נישטיק געװאָרן?
6
און זײ האָבן ניט געזאָגט: װוּ איז גאָט װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װאָס האָט אונדז געפֿירט דורכן מדבר, דורך אַ לאַנד פֿון װיסטעניש און גריבער, דורך אַ לאַנד פֿון טריקעניש און טױטשאָטן, דורך אַ לאַנד װאָס קײן מענטש איז ניט דורכגעגאַנגען דערין, און קײן מוטערמענטש האָט ניט געװױנט דאָרטן?
7
און איך האָב אײַך געבראַכט אין אַ פֿרוכטיקן לאַנד, צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס; און איר זײַט געקומען און האָט פֿאַראומרײניקט מײַן לאַנד,
8
די כֹּהנים האָבן ניט געזאָגט: װוּ איז גאָט? און די אױפֿהאַלטער פֿון דער תּוֹרה האָבן מיך ניט געקענט, און די פּאַסטוכער האָבן געבראָכן אָן מיר, און די נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בעַל, און נאָך די װאָס נוצן ניט, זײַנען זײ געגאַנגען.
9
דרום װעל איך נאָך קריגן מיט אײַך, זאָגט גאָט, און מיט אײַערע קינדסקינדער װעל קריגן.
10
װאָרום פֿאָרט דורך די אינדזלען פֿון די כִּתּים, און זעט, און קײן קֵדָר שיקט, און קוקט זיך גוט צו, און זעט אױב אַזױנס איז געשען.
11
האָט דען אַ פֿאָלק פֿאַרביטן זײַנע געטער? װאָס זײ זײַנען קײן געטער ניט; און מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרביטן זײַן כּבוד אױף װאָס נוצט ניט.
12
גרױלט איר הימלען איבער דעם, און שױדערט, װערט באַנומען ביז גאָר, זאָגט גאָט.
13
װאָרום אַ צװײַעדיק בײז האָט געטאָן מײַן פֿאָלק: זײ האָבן פֿאַרלאָזן מיך, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער, זיך צו האַקן ברונעמער, צעבראָכענע ברונעמער, װאָס קענען דאָס װאַסער ניט האַלטן.
14
איז אַ קנעכט ישׂראל? צי אַ הױזגעבאָרענער שקלאַף איז ער? פֿאַר װאָס איז ער צו רױב געװאָרן?
15
אױף אים ברילן די יונגלײַבן, זײ לאָזן אַרױס זײער קָול, און זײ האָבן געמאַכט זײַן לאַנד צו װיסט; זײַנע שטעט זײַנע כָרב, אָן אַ באַװױנער.
16
אױך די זין פֿון נוֹף און תַּכפַּכיס טוען אױף דײַן שאַרבן פֿיטערן.
17
פֿאַר װאָר, דאָס האָט דיר אָנגעמאַכט װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן יהוה דײַן גאָט, בעת ער האָט דיך אױפֿן װעג געפֿירט.
18
און אַצונדערט װי קומסטו אױפֿן װעג קײן מִצרַיִם, צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון שיכִֹר? און װי קומסטו אױפֿן װעג קײן אַשור, צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון טײַך?
19
דײַן שלעכטיקײט װעט דיך אָנלערנען, און דײַנע אָפּקערונגען װעלן דיך שטראָפֿן; און װײס און זע, אַז שלעכט איז און ביטער װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן יהוה דײַן גאָט, און מײַן מוֹרא איז ניט אױף דיר, זאָגט יהוה דער גאָט פֿון צבָאוֹת.
20
װאָרום פֿון אײביק אָן האָב איך צעבראָכן דײַן יאָך, צעריסן דײַנע בינדשטריק, און דו האָסט געזאָגט: איך װעל ניט איבערטרעטן; אָבער אױף יעטװעדער הױכן בערגל, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, שטרעקסטו װי אַ זוֹנה זיך אױס.
21
און איך האָב דיך געפֿלאַנצט אַ װױל װײַנריטל, לױטער ריכטיקן זאָמען; און װי ביסטו מיר פֿאַרקערט געװאָרן אין װיל װוּקסן פֿון פֿרעמדן װײַנשטאָק!
22
װאָרום, אַז דו זאָלסט זיך װאַשן מיט לױג, און זאָלסט מערן אױף דיר זײף, איז געפֿלעקט דײַן זינד פֿאַר מיר, זאָגט גאָט דער האַר.
23
װי קענסטו זאָגן: איך האָב מיך ניט פֿאַראומרײניקט, נאָך די בעַל-געטער בין איך ניט געאַגאַנגען? זע דײַן פֿירונג אין טאָל, מערק װאָס דו האָסט געטאָן, דו פֿלינקע קעמעלין, װאָס פֿאַרדרײט אירע װעגן;
24
אַ װילדע אײַזעלין צום מדבר געװױנט, װאָס שלינגט דעם װינט אין דער גלוסטונג פֿון איר זעל; פֿון איר פּאָרונג װער קען זי אָפּהאַלטן? אַלע אירע זוכער דאַרפֿן זיך ניט אײַנמיען, אין איר חוֹדש װעלן זײ זי געפֿינען.
25
״פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון באָרװעס זײַן, און דײַן קעל פֿון דאָרשטיקײט״; אָבער דו האָסט געזאָגט: אומזיסט, נײן! נײַערט פֿרעמדע האָב איך ליב, און נאָך זײ װעל איך גײן.
26
װי די שאַנד פֿון אַ גנב אַז ער װערט געפֿונען, אַזױ איז צו שאַנד דאָס הױז פֿון ישׂראל, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן, און זײערע כֹּהנים, און זײערע נבֿיאים.
27
זײ זאָגן צו אַ האָלץ: ביסט מײַן פֿאָטער! און צו אַ שטײן: דו האָסט אונדז געבאָרן! װאָרום זײ האָבן געקערט דעם רוקן צו מיר, און ניט דעם פּנים; נאָר אין צײַט פֿון זײער אומגליק זאָגן זײ: שטײ אױף און העלף אונדז.
28
און װוּ זײַנען דײַנע געטער װאָס דו האָסט דיר געמאַכט? זאָלן זײ אױפֿשטײן אױב זײ קענען דיר העלפֿן אין צײַט פֿון דײַן אומגליק; װאָרום אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט, זײַנען דײַנע געטער, יהודה.
29
פֿאַר װאָס קריגט איר אױף מיר? איר אַלע האָט געבראָכן אָן מיר, זאָגט גאָט.
30
אומזיסט האָב איך געשלאָגן אײַערע קינדער, זײ האָבן קײן מוסר ניט גענומען; אײַער שװערד האָט פֿאַרצערט אײַערע נבֿיאים, װי אַ מערדערישער לײַב.
31
איר דָור, זעט דאָס װאָרט פֿון גאָט: בין איך דען געװען אַ מדבר צו ישׂראל? צי אַ לאַנד פֿון שטאָקפֿינצטערניש? פֿאַר װאָס זאָגט מײַן פֿאָלק: מיר װילן זיך אומטרײַבן, מיר װעלן מער ניט קומען צו דיר?
32
קען אַ יונגפֿרױ פֿאַרגעסן איר צירונג, אַ כּלה אירע שלײפֿן? און מײַן פֿאָלק האָט מיך פֿאַרגעסן טעג אָן אַ צאָל.
33
װי באַשײנסטו דײַן װעג ליבשאַפֿט צו זוכן! פֿאַר װאָר, אַפֿילו די ערגסטע קענסטו דײַנע װעגן לערנען.
34
אין דײַנע ברעגן געפֿינט זיך אױך בלוט פֿון נפֿשות פֿון אומשולדיקע אָרימע – ניט בײַ אַן אײַנברעכונג האָסטו זײ געפֿונען; אָבער בײַ אַלעם דעם
35
זאָגסטו: פֿאַר װאָר, איך בין אומשולדיק, זײַן צאָרן האָט זיך געװיס אָפּגעקערט פֿון מיר. זע, איך משפּט זיך מיט דיר פֿאַר דײַן זאָגן: איך האָב ניט געזינדיקט.
36
װי זײער װאָלװל דו מאַכסט זיך צו בײַטן דײַן װעג! װעסט אױך פֿון מִצרַיִם פֿאַרשעמט װערן, װי דו ביסט פֿאַרשעמט געװאָרן פֿון אַשור.
37
אױך פֿון דעם דאָזיקן װעסטו אַרױסגײן מיט דײַנע הענט איבער דײַן קאָפּ, װאָרום גאָט פֿאַראַכט דײַנע בטכוֹנות, און װעסט מיט זײ ניט באַגליקן.