אידיש
1
די זינד פֿון יהודה איז אױפֿגעשריבן מיט אַן אײַזערנער פּען, מיט אַ דימענטענעם שפּיץ; אױסגעקריצט אױפֿן טאָװל פֿון זײער האַרצן, י און אױף די הערנער פֿון אײַערע מזבכות.
2
װי זײ בענקען נאָך זײערע קינדער – אַזױ נאָך זײערע מזבחות, און זײערע געצנשטאַנגען בײַם צװײַגהאַפֿטיקן בױם, אױף די בערגלעך די הױכע.
3
מײַן געבערג אין פֿעלד! דײַן פֿאַרמעג, אַלע דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב, דײַנע היכן – פֿאַר די זינד אין אַלע דײַנע געמאַרקן.
4
און װעסט זיך אָפּװאַרפֿן פֿון זיך אַלײן פֿון דײַן נחלה, װאָס איך האָב דיר געגעבן; און איך װעל דיך מאַכן דינען דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט ניט; װאָרום אַ פֿײַער האָט איר אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, ביז אײביקן װעט עס ברענען.
5
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אַ מענטשן, און מאַכט פֿלײש זײַן אָנהאַלט, און פֿון גאָט קערט זיך אָפּ זײַן האַרץ!
6
װאָרום ער װעט זײַן װי אַ טאַמאַריסק אין דער װיסטע, און װעט ניט זען װען עס קומט גוטס, און װעט װױנען אין טריקענישן אין דער מדבר, אין אַ לאַנד אַ זאַלציקן װאָס איז ניט באַזעצט.
7
געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, און גאָט איז זײַן פֿאַרזיכערונג!
8
װאָרום ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ װאַסער, װאָס בײַ אַ באַך לאָזט ער אַרױס זײַנע װאָרצלען, און ער מערקט ניט װען עס קומט אַ היץ, און זײַן בלאַט איז גרין, און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער ניט, און הערט ניט אױף טראָגן פֿרוכט.
9
פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ, און שװאַך איז עס – װער קען עס קאָנען?
10
איך, גאָט, טו פֿאָרשן דאָס האַרץ, טו פֿרוּװן די נירן, כּדי צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן, לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים.
11
אַ פֿעלדהון װאָס בװריט אױף װאָס זי האָט ניט געלײגט, איז דער װאָס מאַכט אַן עשירות, אָבע רניט מיט גערעכטיקײט; אין העלפֿט פֿון זײַנע טעג װעט ער עס פֿאַרלאָזן, און אין זײַן סָוף װעט ער בלײַבן אַ מנוּװל.
12
דו טראָן פֿון פּראַכטיקײט, דערהױבן פֿון אָנהײב אָן, דו אָרט פֿון אונדזער הײליקײט,
13
דו האָפֿענונג פֿון ישׂראל, גאָט, אַלע װאָס פֿאַרלאָזן דיך, װעלן פֿאַרשעמט װערן; און די אָפּגעקערטע פֿון מיר װעלן אין דער ערד װאַרשריבן װערן, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן גאָט, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער.
14
הײל מיך, גאָט, איך זאָל געהײלט װערן, העלף מיך, איך זאָל גהאָלפֿן װערן, װאָרום דו ביסט מײַן לױב.
15
זע, זײ זאָגן צו מיר: װוּ איז דאָס װאָרט פֿון גאָט? זאָל עס נאָר קומען.
16
און איך, ניט איך בין אַנטלאָפֿן פֿון זײַן אַ פּאַסטוך הינטער דיר, און ניט איך האָב באַגערט דעם אומגליקלעכן טאָג; דו בײַסט עס; װאָס איז אַרױס פֿון מײַנע ליפּן, איז פֿאַר דײַן פּנים געװען.
17
זאָל עס מיר ניט זײַן צום בראָך; דו ביסט דאָך מײַן באַשיצונג אין טאָג פֿון אומגליק.
18
זאָלן מײַנע נאָכיאָגער פֿאַרשעמט װערן, און איך זאָל ניט פֿאַרשעמט װערן; זאָלן זײ דערשראָקן װערן, און איך זאָל ניט דערשראָקן װערן. ברענג אױף זײ דעם טאָג פֿון אומגליק, און אַ צװײאיקן בראָך צעברעך זײ.
19
אַזױ האָט צו מיר גאָט געזאָגט: גײ און זאָלסט זיך שטעלן אין טױער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק, װאָס דורך אים קומען אַרײַן די מלכים פֿון יהודה, און װאָס דורך אים גײען זײ אַרױס, און אין אַלע טױערן פֿון ירושָלַיִם;
20
און זאָלסט זאָגן צו זײ: הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר מלכים פֿון יהודה, און גאַנץ יהודה, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן;
21
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: היט אײַך אום אײַער זעל, און איר זאָלט ניט טראָגן קײן משׂא אין טאָג פֿון שבת און אַרײַנברענגען אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם.
22
און איר זאָלט ניט אַרױסטראָגן קײן משׂא פֿון אַײַערע הײַזער אין טאָג פֿון שבת, און קײן שום אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן, און איר זאָלט האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן.
23
אָבער זײ האָבן ניט געהערט און ניט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן ניט צוצוהערן, און ניט צו נעמען קײן מוסר.
24
דרום װעט זײַן: אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מיר, זאָגט גאָט, ניט אַרײַנצוברענגען קין משׂא אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין טאָג פֿון שבת, נײַערט צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, ניט צו טאָן אין אים קײן שִם אַרבעט,
25
װעלן קומען אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט מלכים און האַרן װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דוד, װאָס רײַטן אױף רײַטװעגן און אױף פֿערד, זײ, און זײערע האַרן, די מענער פֿון יהודה, און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם; און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן באַזעצט אױף אײביק.
26
און מע װעט קומען פֿון די שטעט פֿון יהודה, און פֿון רונד אַרום ירושָלַיִם, און פֿון לאַנד בנימין, און פֿון דער נידערונג, און פֿונעם געבערג, און פֿונעם דָרום, ברענגענדיק בראַנדאָפּפֿער, און שלאַכטאָפּפֿער, און שפּײַזאָפּפֿער, און װײַרױך, און ברענגענדיק דאַנקאָפּפֿער, אין הױז פֿון גאָט.
27
אױב אָבער איר װעט ניט צוהערן צו מיר, צו הלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, און ניט צו טראָגן קײן משׂא און אַרײַנקומען דערמיט אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת, װעל איך אָנצינדן אַ פֿײַער אין אירע טױערן, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלקיִם, און װעט ניט פֿאַלאָשן װערן.