Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װען אױפֿשטײן זאָל משה און שמואל פֿאַר מיר, איז מײַן זעל ניט מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק; שיק זײ אַװעק פֿון מײַן פּנים, און זאָלן זײ אַװעקגײן. 2 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װוּהין זאָלן מיר אַװעקגײן? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װער צום טױט, צום טױט, און װער צום שװערד, צום שװערד, און װער צום הונגער, צום הונגער, און װער צו געפֿאַנגענשאַפֿט, צו געפֿאַנגענשאַפֿט. 3 און איך װעל אָנזעצן אױף זײ פֿיר משפּחות, זאָגט גאָט: די שװערד צו הרגען, און די הינט צו שלעפּן, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און די חיה פֿון דער ערד, צו עסן און אומצוברענגען. 4 און איך װעל זײ מאַכן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿון װעגן מנשה דעם זון פֿון איכִזקִיָהון, אי דעם מלך פֿון יהודה, פֿאַר װאָס ער האָט געטאָן אין ירושָלַיִם. 5 װאָרום װער װעט דיך דערברימען, ירושָלַיִם? און װער װעט דיך באַדױערן? און װער װעט זיך אָפּקערן דיך צו פֿרעגן אױף פֿריד? 6 דו האָסט מיך אַװעקגעװאָרפֿן, זאָגט גאָט, אַהינטער טוסטו גײן, דרום שטרעק איך אױס מײַן האַנט אױף דיר און צעשטער דיך; איך בין מיד געװאָרן זיך צו דערבאַרימען. 7 און איך װינטשופֿל זײ מיט אַ װינטשופֿל אין די טױערן פֿון לאַנד; איך לאָז אָן קינדער, איך ברענג אונטער מײַן פֿאָלק, װײַל זײ קערן זיך ניט אום פֿון זײערע װעגן. 8 זײערע אַלמנות װערן דורך מיר מער װי זאַמד פֿון די ימען; איך ברענג אױף זײ – אױף דער מוטער – אַן אױסדערװײלטן, אַ פֿאַרװיסטער אין מיטן טאָג. איך װאַרף אָן אױף איר פּאָוצים אַנגסט און שרעקענישן. 9 פֿאַרװעלקט װערט די געװינערין פֿון זיבן, זי הױכט אױס איר נשמה; איר זון גײט אונטער װען נאָך טאָג, זי װערט צו שאַנד און פֿאַרשעמט. און זײער איבערבליב װעל איך איבערגעבן צום שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט, זאָגט גאָט. 10 װײ מיר, מוטער מײַנע, װאָס דו האָסט מיך געבאָרן אַ מענטש פֿון קריג, און אַ מענטש פֿון שטרײט קעגן גאַנצן לאַנד; ניט איך מאָן, און ניט מע מאָנט בײַ מיר, פֿון דעסטװעגן שילטן זײ מיך אַלע. 11 האָט גאָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, איך װעל דיך דערלײזן צום גוטן; פֿאַר װאָר, איך װעל מאַכן דעם פֿײַנט זיך בעטן בײַ דיר אין צײַט פֿון אומגליק און אין צײַט פֿון נױט. 12 קען מען אײַזן צעברעכן – אײַזן פֿון צפֿון, און קופּער? 13 דײַן פֿאַרמעג און דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב אָן געצאָלט; יאָ, פֿאַר אַלע דײַנע זינד אַזש אין אַלע דײַנע געמאַרקן. 14 און איך װעל דיך אַריבערפֿירן בײַ דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט ניט; װאָרום אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, אױף אײַך װעט עס ברענען. 15 דו, גאָט װײסט דאָך, געדענק מיך, און דערמאָן זיך אָן מיר, און זײ זיך נוֹקם אָן מײַנע נאָכיאָגער; פֿון װעגן דײַן לאַנגגעמיט ניט נעם מיך אַװעק; מערק מײַן לײַדן פֿון דײַנעטװעגן שאַנד. 16 װי דײַנע װערטער זײַנען געפֿונען געװאָרן, אַזױ האָב איך זײ אײַנגעשלונגען, און דײַן װאָרט איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿרײד, און פֿאַר אַ שׂמכה פֿון מײַן האַרצן, װײַל דײַן נאָמען איז אױף מיר גערופֿן געװאָרן, יהוה דו גאָט פֿון צבָאות. 17 איך בין ניט געזעסן אין געזעמל פֿון פֿרײלעכע און זיך לוסטיק געמאַכט; פֿון װעגן דײַן האַנט בין איך געזעסן אַלײן, װאָרום מיט צאָרן האָסטו מיך אָנגעפֿילט. 18 פֿאַר װאָס איז אײביק מײַן װײַטאָק, און מײַן װ אונד איז מסוכּן, זי װיל זיך ניט הײלן? װילסטו מיר זײַן װי אַ טײַך אַ פֿאַלשעתּר, װי װאַסערן אומגעטרײַע? 19 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: אַז דו װעסט זיך אומקערן, און איך װעל דיך אומקערן, װעסטו שטײן פֿאַר מיר; און אַז דו װעסט אַרױסציען טײַערס פֿון געמײַנעם, װעסטו אַזױ װי מײַן מױל זײַן; זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר, און דו װעסט זיך גניט אומקערן צו זײ. 20 און איך װעל דיך מאַכן אַקעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער מױער פֿון קופּער, און זײ װעלן מלחמה האַלטן קעגן דיר, און װעלן דיך ניט בײַקומען; װאָרום איך בין מיט דיר, דיך צו העלפֿן, און דיך מציל צו זײַן, זאָגט גאָט. 21 און איך װעל דיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטע, און װעל דיך אױסלײַזן פֿון דעם פֿױסט פֿון די מאַכטיקע.
עברית
1 וַיֹּ֤אמֶר יְהוָה֙ אֵלַ֔י אִם־יַעֲמֹ֨ד מֹשֶׁ֤ה וּשְׁמוּאֵל֙ לְפָנַ֔י אֵ֥ין נַפְשִׁ֖י אֶל־הָעָ֣ם הַזֶּ֑ה שַׁלַּ֥ח מֵֽעַל־פָּנַ֖י וְיֵצֵֽאוּ׃ 2 וְהָיָ֛ה כִּֽי־יֹאמְר֥וּ אֵלֶ֖יךָ אָ֣נָה נֵצֵ֑א וְאָמַרְתָּ֨ אֲלֵיהֶ֜ם כֹּֽה־אָמַ֣ר יְהוָ֗ה אֲשֶׁ֨ר לַמָּ֤וֶת לַמָּ֙וֶת֙ וַאֲשֶׁ֤ר לַחֶ֙רֶב֙ לַחֶ֔רֶב וַאֲשֶׁ֤ר לָֽרָעָב֙ לָֽרָעָ֔ב וַאֲשֶׁ֥ר לַשְּׁבִ֖י לַשֶּֽׁבִי׃ 3 וּפָקַדְתִּ֨י עֲלֵיהֶ֜ם אַרְבַּ֤ע מִשְׁפָּחוֹת֙ נְאֻם־יְהוָ֔ה אֶת־הַחֶ֣רֶב לַֽהֲרֹ֔ג וְאֶת־הַכְּלָבִ֖ים לִסְחֹ֑ב וְאֶת־ע֧וֹף הַשָּׁמַ֛יִם וְאֶת־בֶּהֱמַ֥ת הָאָ֖רֶץ לֶאֱכֹ֥ל וּלְהַשְׁחִֽית׃ 4 וּנְתַתִּ֣ים לזועה לְכֹ֖ל מַמְלְכ֣וֹת הָאָ֑רֶץ בִּ֠גְלַל מְנַשֶּׁ֤ה בֶן־יְחִזְקִיָּ֙הוּ֙ מֶ֣לֶךְ יְהוּדָ֔ה עַ֥ל אֲשֶׁר־עָשָׂ֖ה בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 5 כִּ֠י מִֽי־יַחְמֹ֤ל עָלַ֙יִךְ֙ יְר֣וּשָׁלִַ֔ם וּמִ֖י יָנ֣וּד לָ֑ךְ וּמִ֣י יָס֔וּר לִשְׁאֹ֥ל לְשָׁלֹ֖ם לָֽךְ׃ 6 אַ֣תְּ נָטַ֥שְׁתְּ אֹתִ֛י נְאֻם־יְהוָ֖ה אָח֣וֹר תֵּלֵ֑כִי וָאַ֨ט אֶת־יָדִ֤י עָלַ֙יִךְ֙ וָֽאַשְׁחִיתֵ֔ךְ נִלְאֵ֖יתִי הִנָּחֵֽם׃ 7 וָאֶזְרֵ֥ם בְּמִזְרֶ֖ה בְּשַׁעֲרֵ֣י הָאָ֑רֶץ שִׁכַּ֤לְתִּי אִבַּ֙דְתִּי֙ אֶת־עַמִּ֔י מִדַּרְכֵיהֶ֖ם לוֹא־שָֽׁבוּ׃ 8 עָֽצְמוּ־לִ֤י אַלְמְנֹתָו֙ מֵח֣וֹל יַמִּ֔ים הֵבֵ֨אתִי לָהֶ֥ם עַל־אֵ֛ם בָּח֖וּר שֹׁדֵ֣ד בַּֽצָּהֳרָ֑יִם הִפַּ֤לְתִּי עָלֶ֙יהָ֙ פִּתְאֹ֔ם עִ֖יר וּבֶהָלֽוֹת׃ 9 אֻמְלְלָ֞ה יֹלֶ֣דֶת הַשִּׁבְעָ֗ה נָפְחָ֥ה נַפְשָׁ֛הּ באה שִׁמְשָׁ֛הּ בְּעֹ֥ד יוֹמָ֖ם בּ֣וֹשָׁה וְחָפֵ֑רָה וּשְׁאֵֽרִיתָ֗ם לַחֶ֧רֶב אֶתֵּ֛ן לִפְנֵ֥י אֹיְבֵיהֶ֖ם נְאֻם־יְהוָֽה׃   ס 10 אֽוֹי־לִ֣י אִמִּ֔י כִּ֣י יְלִדְתִּ֗נִי אִ֥ישׁ רִ֛יב וְאִ֥ישׁ מָד֖וֹן לְכָל־הָאָ֑רֶץ לֹֽא־נָשִׁ֥יתִי וְלֹא־נָֽשׁוּ־בִ֖י כֻּלֹּ֥ה מְקַלְלַֽונִי׃   ס 11 אָמַ֣ר יְהוָ֔ה אִם־לֹ֥א שרותך לְט֑וֹב אִם־ל֣וֹא הִפְגַּ֣עְתִּֽי בְךָ֗ בְּעֵ֥ת־רָעָ֛ה וּבְעֵ֥ת צָרָ֖ה אֶת־הָאֹיֵֽב׃ 12 הֲיָרֹ֨עַ בַּרְזֶ֧ל בַּרְזֶ֛ל מִצָּפ֖וֹן וּנְחֹֽשֶׁת׃ 13 חֵילְךָ֧ וְאוֹצְרוֹתֶ֛יךָ לָבַ֥ז אֶתֵּ֖ן לֹ֣א בִמְחִ֑יר וּבְכָל־חַטֹּאותֶ֖יךָ וּבְכָל־גְּבוּלֶֽיךָ׃ 14 וְהַֽעֲבַרְתִּי֙ אֶת־אֹ֣יְבֶ֔יךָ בְּאֶ֖רֶץ לֹ֣א יָדָ֑עְתָּ כִּֽי־אֵ֛שׁ קָדְחָ֥ה בְאַפִּ֖י עֲלֵיכֶ֥ם תּוּקָֽד׃   ס 15 אַתָּ֧ה יָדַ֣עְתָּ יְהוָ֗ה זָכְרֵ֤נִי וּפָקְדֵ֙נִי֙ וְהִנָּ֤קֶם לִי֙ מֵרֹ֣דְפַ֔י אַל־לְאֶ֥רֶךְ אַפְּךָ֖ תִּקָּחֵ֑נִי דַּ֕ע שְׂאֵתִ֥י עָלֶ֖יךָ חֶרְפָּֽה׃ 16 נִמְצְא֤וּ דְבָרֶ֙יךָ֙ וָאֹ֣כְלֵ֔ם וַיְהִ֤י דבריך לִ֔י לְשָׂשׂ֖וֹן וּלְשִׂמְחַ֣ת לְבָבִ֑י כִּֽי־נִקְרָ֤א שִׁמְךָ֙ עָלַ֔י יְהוָ֖ה אֱלֹהֵ֥י צְבָאֽוֹת׃   ס 17 לֹֽא־יָשַׁ֥בְתִּי בְסוֹד־מְשַׂחֲקִ֖ים וָֽאֶעְלֹ֑ז מִפְּנֵ֤י יָֽדְךָ֙ בָּדָ֣ד יָשַׁ֔בְתִּי כִּֽי־זַ֖עַם מִלֵּאתָֽנִי׃   ס 18 לָ֣מָּה הָיָ֤ה כְאֵבִי֙ נֶ֔צַח וּמַכָּתִ֖י אֲנוּשָׁ֑ה מֵֽאֲנָה֙ הֵֽרָפֵ֔א הָי֨וֹ תִֽהְיֶ֥ה לִי֙ כְּמ֣וֹ אַכְזָ֔ב מַ֖יִם לֹ֥א נֶאֱמָֽנוּ׃   ס 19 לָכֵ֞ן כֹּֽה־אָמַ֣ר יְהוָ֗ה אִם־תָּשׁ֤וּב וַאֲשִֽׁיבְךָ֙ לְפָנַ֣י תַּֽעֲמֹ֔ד וְאִם־תּוֹצִ֥יא יָקָ֛ר מִזּוֹלֵ֖ל כְּפִ֣י תִֽהְיֶ֑ה יָשֻׁ֤בוּ הֵ֙מָּה֙ אֵלֶ֔יךָ וְאַתָּ֖ה לֹֽא־תָשׁ֥וּב אֲלֵיהֶֽם׃ 20 וּנְתַתִּ֜יךָ לָעָ֣ם הַזֶּ֗ה לְחוֹמַ֤ת נְחֹ֙שֶׁת֙ בְּצוּרָ֔ה וְנִלְחֲמ֥וּ אֵלֶ֖יךָ וְלֹא־י֣וּכְלוּ לָ֑ךְ כִּֽי־אִתְּךָ֥ אֲנִ֛י לְהוֹשִֽׁיעֲךָ֥ וּלְהַצִּילֶ֖ךָ נְאֻם־יְהוָֽה׃ 21 וְהִצַּלְתִּ֖יךָ מִיַּ֣ד רָעִ֑ים וּפְדִתִ֖יךָ מִכַּ֥ף עָרִצִֽים׃   פ