אידיש
1
אַזױ װי פֿײַער צינדט אָן טרוקענע צװײַגן, װי פֿײַער טוט װאַסער צעבלעזלען – כּדי צו מאַכן װיסן דײַן נאָמען צו דײַנע פֿײַנט; די פֿעלקער זאָלן ציטערן פֿאַר דיר,
2
װען דו טוסט פֿאָרכטיקע זאַכןװאָס מיר האָבן צו מאָל ניט געהאָפֿט – הלװאי נידערסטו אַראָפּ, די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר! –
3
און װאָס זײ האָבן קײן מאָל ניט געהערט, ניט פֿאַרנומען, װאָס קײן אױג האָט ניט געזען, אַז אַ גאָט אחוץ דיר זאָל טאָןפֿאַר דעם װאָס טוט האַרן אױף אים.
4
האָסט געשלאָגן דעם װאָס האָט זיך געפֿרײט צו טאָן רעכט, די װאָס האָבן געדאַכט אָן דיר מיט דײַנע װעגן; זע, דו האָסט געצערנט, װײַל מיר האָבן געזינדיקט, דורך זײ אָבער פֿלעגן מיר אײביק געהאָלפֿן װערן.
5
און מיר זײַנען געװאָרן װי אַ טמא אַלע, און װי אַ באַפֿלעקט קלײד אַלע אונדזערע גערעכטיקײטן; און מיר װעלקן אַזױ װי אַ בלאַט אַלע, און אונדזער זינד טראָגט אונדז װי דער װינט אַװעק.
6
און ניטאָ װער זאָל רופֿן דײַן נאָמען, װער זאָל זיך דערװעקן זיך צו האַלטן אָן דיר; װאָרום האָסט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים צו אונדז, און אונדז געמאַכט צעגײן דורך אונדזערע זינד.
7
און אַצונד, גאָט, דו ביסט אונדזער פֿאָטער, מיר זײַנען דער לײם, און דו ביסט אונדזער טעפּער, און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען מיר אַלע.
8
ניט צערענען זאָלסטו, גאָט, ביז גאָר, און ניט אױף אײביק געדענקען די זינד; זע, לוג, איך בעט דיך, דײַן פֿאָלק זײַנען מיר אַלע.
9
דײַנע הײליקע שטעט זײַנען געװאָרן אַ מדבר, צִיון איז אַ מדבר געװאָרן, ירושלים אַ װיסטעניש;
10
אונדזער הײליק און אונדזער פּראַכטיק הױז, װוּ אונדזערע עלטערן האָבן דיך געלױבט, איז אַװעק אין בראַנדפֿײַער, און אַלע אונדזערע גלוסטיקײטן זײַנען געװאָרן צו װיסט.
11
װילסטו אױף דעם זיך אײַנהאַלטן, גאָט? װילסטו שװײַגן און אונדז פּײַניקן ביז גאָר?