אידיש
1
װער איז דער װאָס קומט פֿון אדום, אין גערױטיקטע בגדים פֿון בָצרָה? דער װאָס איז פּראַכטיק אין זײַן מלבוש, אױסגעבױגן אין זײַן גרױס שטאַרקײט? איך װאָס רעד מיט גערעכטיקײט, װאָס בין מאַכטיק צו העלפֿן.
2
פֿאַר װאָס איז רױט אױף דײַן קלײד, און דײַנע בגדים װי בײַם טרעטער אין אַ קעלטער?
3
איך האָב געטרעטן אַ קעלטער אַלײן, און פֿון די פֿעלקער איז קײנער מיט מיר ניט געװען; און איך האָב זײ געטרעטן אין מײַן כּעס, און זײ געטראַמפּלט אין מײַן גרימצאָרן; האָט געשפּריצט זײער זאַפֿט אױף מײַנע בגדים, און אַלע מײַנע קלײדער האָב איך באַפֿלעקט.
4
װאָרום אַ טאָג פֿון נקמה איז אין מײַן האַרצן, און מײַן יאָר פֿון דערלײזונג איז געקומען.
5
און איך האָב מיך אומגעקוקט, און ניט געװען קײן העלפֿער, און איך האָב מיך געװוּנדערט, און ניט געװען קײן אונטערלענער; האָט מיך מײַן אָרעם געהאָלפֿן, און מײַן גרימצאָרן, ער האָט מיך אונטערגעלענט.
6
און איך האָב געטרעטן די פֿעלקער אין מײַן כּעס, און זײ פֿאַרשיכּורט מיט מײַן גרימצאָרן, און געמאַכט נידערן צו דער ערד זײער זאַפֿט.
7
די חסדים פֿון יהוה װעל איך דערמאָנען, די לױבונגען פֿון גאָט, װעדליק אַלץ װאָס גאָט האָט אונדז געטאָן, און די פֿיל טובֿות צום הױז פֿון ישׂראל, װאָס ער האָט געטאָן צו זײ לױט זײַן באַרימהאַרציקײט, און לױט זײַנע פֿיל חסדים.
8
װאָרום ער האָט געזאָגט: זײ זײַנען פֿאָרט מײַן פֿאָלק, קינדער װאָס װעלן ניט פֿעלשן; און ער איז זײ געװען פֿאַר אַ העלפֿער.
9
אין אַל זײער לײַד האָט ער געליטן, און דער מלאך פֿון זײַן פּנים האָט זײ געהאָלפֿן; אין זײַן ליבשאַפֿט און אין זײַן דערבאַרימונגהאָט ער זײ אױסגעלײזט, און זײ געהױבן און זײ געטראָגןאַלע טעג פֿון פֿאַרצײַטן.
10
אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקטאון באַטריבט זײַן הײליקן גײַסט, און ער איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ פֿײַנט; ער האָט מלחמה געהאַלטן אױף זײ.
11
און זײַן פֿאָלק האָט געדאַכטאָן די טעג פֿון פֿאַרצײַטן, פֿון משהן: װוּ איז דער װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון אים, דורך דעם פּאַסטוך פֿון זײַנע שאָף? װוּ איז דער װאָס האָט אַרײַנגעטאָן אין איםזײַן הײליקן גײַסט?
12
װאָס האָט באַלײט די רעכטע האַנט פֿון משהן מיט דעם אָרעם פֿון זײַן פּראַכט? װאָס האָט געשפּאָלטן די װאַסערן פֿון פֿאַר זײ, זיך צו מאַכן אַן אײביקן נאָמען?
13
װאָס האָט זײ געפֿירט דורך תּהומעןװי אַ פֿערד דורך אַ סטעפּ, זײ זאָלן ניט געשטרױכלט װערן?
14
װי פֿי װאָס טוט נידערן אין טאָל, האָט דער גײַסט פֿון גאָט זײ באַרוט; אַזױ האָסטו געפֿירט דײַן פֿאָלק, דיר צו מאַכן אַ פּראַכטיקן נאָמען.
15
לוג פֿון הימל און זע, פֿון דײַן הײליקער און פּראַכטיקער װױנונג; װוּ איז דײַן אָננעמען זיך און דײַנע גבֿורות? די ברומונג פֿון דײַנע אינגעװײד און דײַן באַרימהאַרציקײטהאַלטן זיך אײַן קעגן מיר.
16
פֿאַר װאָר, דו ביסט אונדזער פֿאָטער; װאָרום אבֿרהם װײס אונדז ניט, און ישׂראל קען אונדז ניט; דו, גאָט, ביסט אונדזער פֿאָטער, אונדזער אױסלײזער איז דײַן נאָמען פֿון אײביק אָן.
17
פֿאַר װאָס, גאָט, לאָזטו אונדז בלאָנדזשען פֿון דײַנע װעגן, מאַכסט האַרט אונדזער האַרץ, ניט מורא צו האָבן פֿאַר דיר? קער זיך אום פֿון װעגן דײַנע קנעכט, די שבֿטים פֿון דײַן אַרב.
18
כּמעט פֿאַרטריבן האָבן זײ דײַן הײליק פֿאָלק; אונדזערע פֿײַנט האָבן צעטרעטן דײַן הײליקטום.
19
מיר זײַנען געװאָרן װי דיװאָס דו האָסט קײן מאָל ניט געװעלטיקט אױף זײ, װאָס דײַן נאָמען איז ניט גערופֿן געװאָרן אױף זײ. הלװאי צערײַסטו די הימלען און נידערסט אַראָפּ, די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר;