אידיש
1
דער גײַסט פֿון גאָט דעם האַר איז אױף מיר, װײַל גאָט האָט מיך געזאַלבטצו ברענגען אַ בשׂורה צו די פֿאַרליטענע; מיך געשיקט צו פֿאַרבינדן די צעבראָכענע הערצער, אױסצורופֿן פֿרײַשאַפֿט צו די געפֿאַנגענע, און לױזלאָזונג צו די געבונדענע;
2
אױסצורופֿן אַ יאָר פֿון באַװיליקונג פֿון יהוה, און אַ טאָג פֿון נקמה פֿון אונדזער גאָט; צו טרײסטן אַלע טרױערער;
3
צו באַשערן די טרױערער פֿון צִיון, זײ צו געבן אַ הױב אָנשטאָט שטױב, אײל פֿון פֿרײד אָנשטאָט טרױער, אַ מאַנטל פֿון לױב אָנשטאָט אַ באַטריבט געמיט; און מע װעט זײ רופֿן די אײַכנבײמער פֿון גערעכטיקײט, די פֿלאַנצונג פֿון גאָט זיך צום רימען.
4
און זײ װעלן אָפּבױען אײביקע חורבֿות, װיסטענישן פֿון פֿאַרצײַטן װעלן זײ אױפֿריכטן, און זײ װעלן באַנײַען חרבֿע שטעט, װיסטענישן פֿון דָור-דורות.
5
און פֿרעמדע װעלן שטײןאון פֿיטערן אײַערע שאָף, און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן זײַןאײַערע אַקערלײַט און אײַערע װײַנגערטנירער.
6
און איר װעט כּהנים פֿון יהוה גערופֿן װערן, דינער פֿון אונדזער גאָט װעט געזאָגט װערן אױף אײַך. דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט איר עסן, און זײער פּראַכט װעט איר איבערנעמען.
7
פֿאַר אײַער טאָפּעלער בושה, און װײַל מע פֿלעגט זינגען: ״שאַנד איז זײער חלק״, דרום װעלן זײ יַרשען טאָפּל אין זײער לאַנד; אַן אײביקע פֿרײד װעט בײַ זײ זײַן.
8
װאָרום איך גאָט האָב ליב גערעכטיקײט; איך האָב פֿײַנט גזלה מיט אומרעכט, און איך װעל געבן װאָרהאַפֿטיק זײער לױן, און אַן אײביקן בונד װעל איך זײ שליסן.
9
און באַװוּסט בײַ די פֿעלקער װעט זײַן זײער זאָמען, און זײערע שפּראָצן צװישן די אומות; אַלע װאָס זעען זײ װעלן זײ דערקענען, אַז זײ זײַנען דער זאָמען װאָס גאָט האָט געבענטשט.
10
פֿרײען פֿרײ איך זיך מיט יהוה, לוסטיק איז מײַן זעל מיט מײַן גאָט, װאָרום ער האָט מיר אָנגעטאָן קלײדער פֿון הילף, אַ מאַנטל פֿון זיג מיר אַרומגעװיקלט, װי אַ חתן טוט אָן אַ כּהן-הױב, און װי אַ כּלה צירט זיך אָן מיט אירע תַּכשיטין.
11
װאָרום װי די ערד לאָזט אַרױס איר שפּראָצונג, און װי אַ גאָרטן מאַכט שפּראָצן זײַנע זאָמען, אַזױ װעט גאָט דער האַר מאַכן שפּראָצן זיג און לױב, אַנטקעגן פֿאַר אַלע פֿעלקער.