אידיש
1
אין דעם יאָר װאָס דער מלך עוּזִיָהו איז געשטאָרבן, האָב איך געזען גאָט זיצן אױף אַ הױכן און דערהױבענעם טראָן, און זײַנע ברעגן האָבן אָנגעפֿילט דעם הֵיכל.
2
שׂרָפֿים זײַנען געשטאַנען איבער אים; צו זעקס פֿליגלען, צו זעקס פֿליגלען האָט איטלעכער געהאַט: מיט צװײ האָט ער פֿאַרדעקט זײַן פּנים, און מיט צװײ האָט ער פֿאַרדעקט זײַנע פֿיס, און מיט צװײ איז ער געפֿלױגן.
3
און אײנער האָט גערופֿן צום אַנדערן, און האָט געזאָגט: הײליק, הײליק, הײליק איז גאָט פֿון צבֿאות, די גאַנצע ערד איז פֿול מיט זײַן פּראַכט.
4
און די בײַשטידלעך פֿון די שװעלן האָבן זיך געטרײסלט פֿון דעם קָול פֿון די רופֿער, און דאָס הױז איז פֿול געװאָרן מיט רױך.
5
האָב איך געזאָגט: װײ מיר, װאָרום איך בין פֿאַרשניטן; װײַל אַ מענטש מיט אומרײנע ליפּן בין איך, און צװישן אַ פֿאָלק מיט אומרײנע ליפּן זיץ איך; װאָרום דעם קיניג גאָט פֿון צבֿאותהאָבן געזען מײַנע אױגן.
6
איז צוגעפֿלױגן צו מיר אײנער פֿון די שׂרָפֿים, און אין זײַן האַנט איז געװען אַן אָנגעברענטער שטײן, װאָס ער האָט מיט אַ פֿײַערצװאַנג גענומען פֿון מזבח;
7
און ער האָט אים צוגערירט צו מײַן מױל, און האָט געזאָגט: זע, דאָס דאָזיקע האָט אָנגערירט אױף דײַנע ליפּן, אָפּטאָן װעט זיך דײַן פֿאַרברעך, און דײַן זינד װעט פֿאַרגעבן װערן.
8
און איך האָב געהערט דעם קָול פֿון גאָט װי ער זאָגט: װעמען זאָל איך שיקן, און װער זאָל אונדז גײן? האָב איך געזאָגט: דאָ בין איך; שיק מיך.
9
האָט ער געזאָגט: גײ און זאָלסט זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק: הערן זאָלט איר הערן, אָבער ניט פֿאַרשטײן, און זען זאָלט איר זען, אָבער ניט מערקן.
10
מאַך פֿעט דאָס האַרץ פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, און זײַנע אױערן מאַך שװער, און זײַנע אױגן פֿאַרקלעפּ, טאָמער װעט ער זען מיט זײַנע אױגן, און מיט זײַנע אױערן הערן, און זײַן האַרץ װעט פֿאַרשטײן, און ער װעט זיך אומקערן, און געהײלט װערן.
11
האָב איך געזאָגט: ביז װאַנען, גאָט? און ער האָט געזאָגט: ביז אַז שטעט װעלן זײַן װיסט אָן אַ באַװױנער, און הײַזער אָן אַ מענטשןאון די ערד װעט פֿאַרװיסט װערן אין אַ װיסטעניש;
12
און גאָט װעט דערװײַטערן די מענטשן, און די פֿאַרלאָזנקײט װעט זײַן גרױס אין לאַנד.
13
און בלײַבט נאָך אַ צענט-חלק דרינען, װעט עס װידער אױסגעראַמט װערן; װי אַ טערעבינט און װי אַן אײַכנבױם, װאָס נאָר זײער שטאַם בלײַבט װען בלעטער צעפֿאַלן; דער הײליקער זאָמען װעט זײַן איר שטאַם.