אידיש
1
דער גערעכטער גײט אונטער, און קײן מענטש נעמט ניט צום האַרצן, און פֿרומע לײַט װערן אַװעקגענומען, און קײנער באַטראַכט ניט, אַז פֿון װעגן דער שלעכטיקײטאיז אַװעקגענומען געװאָרן דער גערעכטער.
2
ער גײט צו זײַן פֿריד; אױף זײערע קבֿר-געלעגערס רועןדי װאָס זײַנען געגאַנגען אין זײער ערלעכקײט.
3
און איר גענענט אַהער, זין פֿון אַ כּישופֿמאַכערין, זאָמען פֿון אַ נואף און אַ זונה.
4
אױף װעמען מאַכט איר אײַך לוסטיק? אױף װעמען רײַסט איר אױף דאָס מױל, שטעקט איר אַרױס אַ צונג? פֿאַר װאָר, איר זײַט קינדער פֿון פֿאַרברעך, זאָמען פֿון ליגן,
5
איר װאָס דערהיצט אײַך צװישן די אײַכנבײמער, אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם; װאָס שעכט די קינדער אין די טאָלן, אונטער די שפּאַלטן פֿון די פֿעלדזן.
6
צװישן די גלאַטע שטײנער פֿון טאָל איז דײַן טײל, זײ, זײ זײַנען דײַן גורל; צו זײ אױך האָסטו געגאָסן גיסאָפּפֿער, האָסטו אױפֿגעבראַכט שפּײַזאָפּפֿער. זאָל איך װעגן דעם זיך באַרוען?
7
אױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרגהאָסטו דײַן געלעגער געמאַכט; אַהין אױך ביסטו אַרױפֿגעגאַנגעןשלאַכטאָפּפֿער צו שלאַכטן.
8
און הינטער דער טיר און דעם בײַשטידלהאָסטו אַרױפֿגעטאָן דײַן דערמאָנצײכן, װאָרום פֿון מיר ביסטו אָפֿן אַװעקגעגאַנגען; האָסט ברײט געמאַכט דײַן געלעגער, און האָסט דיר אױסגעקליבן פֿון דיװאָס דו האָסט זײער געלעגער ליב געהאַט, זײער האַנט געזען.
9
און ביסט געגאַנגען צום מלך מיט זאַלב, און האָסט געמערט דײַנע בשׂמים; און האָסט געשיקט דײַנע שלוחים ביז אין דער װײַט, און ביז אין אונטערערד געמאַכט נידערן.
10
פֿון דײַנע פֿיל װעגן ביסטו מיד געװאָרן, אָבער האָסט ניט געזאָגט: פֿאַרפֿאַלן! שטאַרקײט אין דײַן האַנט האָסטו געפֿונען, דרום האָסטו זיך ניט געקימערט.
11
און פֿאַר װעמען האָסטו זיך געשראָקן און מורא געהאַט, אַז דו זאָלסט זיך פֿאַרשטעלן? אַז אָן מיר האָסטו ניט געדאַכט, ניט גענומען זיך צום האַרצן; פֿאַר װאָר, איך שװײַג, און פֿון אײביק אָן, דרום האָסטו ניט מורא פֿאַר מיר.
12
װעל איך דערצײלן דײַן ״גערעכטיקײט״, און דײַנע מעשׂים, זײ װעלן דיר ניט גוטס טאָן.
13
אַז דו שרײַסט, זאָלן דײַנע געזעמלען דיך מציל זײַן; אָבער זײ אַלעמען װעט דער װינט אַװעקטראָגן, װעט אַ הױך אַװעקנעמען; און דער װאָס באַשיצט זיך אין מירװעט אַרבן דאָס לאַנד, און יַרשען מײַן הײליקן באַרג.
14
און ער װעט זאָגן: טרעט אױס, טרעט אױס, ראַמט אָפּ דעם װעג, הײבט אױף די שטרױכלונגפֿון דעם װעג פֿון מײַן פֿאָלק.
15
װאָרום אַזױ זאָגט דער הױכער און דערהױבענער, דער װאָס רוט אײביק, און הײליק איז זײַן נאָמען: אין הױכקײט און הײליקײט טו איך רוען, אָבער אױך בײַם דערשלאָגענעם און געפֿאַלענעם אין געמיט, אױפֿצולעבן דאָס געמיט פֿון געפֿאַלענע, און אױפֿצולעבן דאָס האַרץ פֿון דערשלאָגענע.
16
װאָרום ניט אײביק טו איך קריגן, און ניט תּמיד טו איך צערענען; װאָרום דער גײַסט װאָס באַקלײדט זיך, איז פֿון מיר, און די נשמות האָב איך געמאַכט.
17
פֿאַר דער זינד פֿון זײַן גײציקײטהאָב איך געצערנט, און אים געשלאָגן, מיך פֿאַרבאָרגן און געצערנט, װײַל ער איז אָפּקערעריש געגאַנגעןאין װעג פֿון זײַן האַרצן.
18
איך האָב געזען זײַנע װעגן, אָבער איך װעל אים הײלן, און װעל אים פֿירן, און װעל באַצאָלן נחמות אים און זײַנע טרױערער.
19
איך באַשאַף אַ ליפּנפֿרוכט: ״שלום, שלום צום נאָנטן און צום װײַטן!״ זאָגט גאָט, און איך װעל אים הײלן.
20
אָבער די רשָעים זײַנען װי אַ ים אַ געטריבענער, װאָס קען זיך ניט אײַנשטילן, און זײַנע װאַסערן טרײַבן קױט און לײם.
21
ניטאָ קײן שלום, זאָגט מײַן גאָט, פֿאַר די רשָעים.