אידיש
1
העי, אַלע דאָרשטיקע, קומט נאָך װאַסער, צו מאָל דער װאָס האָט ניט קײן געלט; קומט שאַפֿט אײַך אײַן און עסט, און קומט שאַפֿט אײַך אײַן אָן געלטאון אָן געצאָלט װײַן און מילך.
2
נאָך װאָס זאָלט איר געלט צאָלן פֿאַר ניט-ברױט? און אײַער מי פֿאַר װאָס זעטיקט ניט? הערן הערט מיר צו, און עסט גוטס, און אײַער זעל װעט זיך קװיקן מיט פֿעטס.
3
נײַגט אײַער אױער, און קומט צו מיר, הערט, און אײַער זעל װעט לעבן; און איך װעל אײַך שליסן אַן אײביקן בונד, װי די געטרײַע חסדים צו דָוִדן.
4
זע, אַן עדות צו די פֿעלקער האָב איך אים געמאַכט, אַ פֿירשט און באַפֿעלער פֿון די אומות.
5
זע, אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט ניט, װעסטו רופֿן, און אַ פֿאָלק װאָס קען דיך ניט, װעט לױפֿן צו דיר, פֿון װעגן יהוה דײַן גאָט, און צוליב דעם הײליקן פֿון ישׂראל, װײַל ער האָט דיך באַשײנט.
6
זוכט גאָט װען ער קען געפֿונען װערן, רופֿט אים װען ער איז נאָנט.
7
זאָל דער רָשע פֿאַלאָזן זײַן װעג, און דער מאַן פֿון אומרעכט זײַנע טראַכטונגען; און זאָל ער זיך אומקערן צו יהוה, און ער װעט אים דערבאַרימען, און צו אונדזער גאָט, װאָרום ער פֿאַרגיט אַ סך.
8
װאָרום ניט מײַנע טראַכטונגען זײַנען אײַערע טראַכטונגען, און ניט אײַערע װעגן זײַנען מײַנע װעגן, זאָגט גאָט.
9
װאָרום װי דער הימל איז העכער פֿון דער ערד, אַזױ זײַנען מײַנע װעגן העכער פֿון אײַערע װעגן, און מײַנע טראַכטונגען פֿון אײַערע טראַכטונגען.
10
װאָרום אַזױ װי עס נידערט פֿון הימלדער רעגן און דער שנײ, און קערט זיך אַהין צו ניט אום, נײַערט ער טרינקט אָן די ערד, און באַפֿרוכט זי און באַשפּראָצט זי, און גיט זריעה צו דעם זײער, און ברױט צו דעם עסער;
11
אַזױ װעט זײַן מײַן װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון מײַן מױל: עס װעט זיך ניט אומקערן צו מיר לײדיק, נײַערט עס װעט טאָן װאָס איך האָב געװאָלט, און באַגליקן אום װאָס איך האָב עס געשיקט.
12
װאָרום מיט שִׂמחה װעט איר אַרױסגײן, און בשלום װעט איר געפֿירט װערן; די בערג און די הײכןװעלן אױסברעכן פֿאַר אײַך אין געזאַנג, -און אַלע בײמער פֿון פֿעלדװעלן קלאַפּן די הענט.
13
אָנשטאָטן דאָרן װעט אױפֿגײן אַ ציפּרעס, און אָנשטאָטן װילדגעװעקס װעט אױפֿגײן אַ מירט; און עס װעט זײַן פֿאַר אַ נאָמען צו גאָט, פֿאַר אַן אײביקן צײכן װאָס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן.