אידיש
1
דערװעק דיך, דערװעק דיך, טו אָן דײַן שטאַרקײט, צִיון; טו אָן דײַנע פּראַכטיקע בגדים, ירושלים, דו הײליקע שטאָט; װאָרום מער װידער װעט ניט קומען אין דיר אַן אומבאַשניטענער און אומרײנער.
2
שאָקל דיך אָפּ פֿון שטױב, הײב דיך אױף, זעץ דיך, ירושלים; מאַך דיר לױז די בינדשטריק פֿון דײַן האַלדז, געפֿאַנגענע טאָכטער צִיון.
3
װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אומזיסט זײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און ניט פֿאַר געלט װעט איר אױסגעלײזט װערן.
4
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: קײן מצרַיִם האָט גענידערט מײַן פֿאָלק צוערשט, דאָרטן צו װױנען, און אשור האָט אים פֿאַר גאָרנישט געדריקט.
5
און אַצונד, װאָס האָב איך דאָ, זאָגט גאָט, װען מײַן פֿאָלק איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿאַר אומזיסט? זײַנע געװעלטיקער רימען זיך, זאָגט גאָט, און תּמיד אַ גאַנצן טאָג װערט מײַן נאָמען געלעסטערט.
6
דרום װעט מײַן פֿאָלק געװאָר װערן מײַן נאָמען; פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג – אַז איך בין דער װאָס רעדט; דאָ בין איך.
7
װי שײן זײַנען אױף די בערגדי פֿיס פֿון דעם אָנזאָגערװאָס לאָזט הערן שלום, װאָס זאָגט גוטס, װאָס לאָזט הערן הילף: װאָס זאָגט צו צִיון: דײַן גאָט טוט קיניגן.
8
האָרך! דײַנע װעכטער הײבן אױף זײער קָול, זײ זינגען אין אײנעם, װאָרום אױג אין אױג זעען זײװי גאָט קערט זיך אום קײן צִיון.
9
ברעכט אױס, זינגט אין אײנעם, איר חורבֿות פֿון ירושלים, װאָרום גאָט האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק, ער האָט אױסגעלײזט ירושלים.
10
גאָט האָט אַנטבלױזט זײַן הײליקן אָרעםפֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער, און אַלע עקן פֿון דער ערד װעלן זעןדי ישועה פֿון אונדזער גאָט.
11
טוט אײַך אָפּ, טוט אײַך אָפּ, גײט אַרױס פֿון דאָרטן, אומרײנס זאָלט איר ניט אָנרירן; גײט אַרױס פֿון איר מיט, רײניקט אײַך, איר טרעגער פֿון די כּלים פֿון גאָט!
12
פֿאַר װאָר, ניט אין אײַלעניש װעט איר אַרױס, און ניט אין געלאַף װעט איר גײן; װאָרום אײַך פֿאַרױס גײט יהוה, און אײַך נאָכבאַלײט דער גאָט פֿון ישׂראל.
13
זע, באַגליקן װעט מײַן קנעכט, ער װעט דערהײכט און דערהױבן װערן און זײַן זײער הױך.
14
אַזױ װי פֿיל האָבן געגאַפֿט אױף דיר – אַזױ פֿאַרקריפּלט, ניט פֿון אַ מענטשן איז געװען זײַן אױסזען, און זײַן געשטאַלט ניט פֿון מענטשנקינדער –
15
אַזױ װעט ער מאַכן אױפֿשפּרינגען פֿיל פֿעלקער, מלכים װעלן צומאַכן זײער מױל פֿאַר אים; װאָרום װאָס זײ איז ניט דערצײלט געװאָרן, װעלן זײ זען, און װאָס זײ האָבן ניט געהערטװעלן זײ אָנקוקן.