אידיש
1
הערט מיר צו, איר װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט, איר װאָס זוכט גאָט: קוקט אױף דעם פֿעלדז פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעהאַקט, און אױף דער ברונעמגרוב פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעגראָבן;
2
קוקט אױף אבֿרהם אײַער פֿאָטער, און אױף שׂרהן װאָס האָט אײַך געבאָרן; הגם אײנער, האָב איך אים גערופֿן, כּדי איך זאָל אים בענטשן, און זאָל אים מערן.
3
פֿאַר װאָר, גאָט טוט טרײסטן צִיון, ער טרײסט אַלע אירע חורבֿות;
4
האָרכט צו מיר, מײַן פֿאָלק, און פֿאַרנעמט צו מיר, מײַן אומה, װאָרום אַ תּורה װעט אַרױסגײן פֿון מיר, און מײַן משפּט װעל איך צום ליכט פֿון די פֿעלקער אַרױסלאָזן.
5
נאָנט איז מײַן גערעכטיקײט, אַרױס איז מײַן הילף, און מײַנע אָרעמס װעלן משפּטן די פֿעלקער; די אינדזלען װעלן האָפֿן אױף מיר, און אױף מײַן אָרעם װעלן זײ האַרן.
6
הײבט אױף צו די הימלען אײַערע אױגן, און קוקט אױף דער ערד פֿון אונטן, װאָרום די הימלען װערן װי רױך צעקראָכן, און די ערד װעט װי אַ בגד צעפֿאַלן, און אירע באַװױנער װעלן װי אומגעציפֿער שטאַרבן; אָבער מײַן הילף װעט זײַן אײביק, און מײַן גערעכטיקײט װעט ניט אָפּגעבראָכן װערן.
7
הערט מיר צו, איר װאָס װײסט גערעכטיקײט, דאָס פֿאָלק װאָס מײַן תּורה איז אין זײער האַרצן: איר זאָלט ניט מורא האָבן פֿאַרן שמאַך פֿון מענטשן, און פֿאַר זײערע לעסטערונגען זאָלט איר ניט אַנגסטן.
8
װאָרום אַזױ װי אַ בגד װעט זײ מאָיל אױפֿעסן, און אַזױ װי װאָל װעט זײ דער װאָרעם אױפֿעסן, אָבער מײַן גערעכטיקײט װעט זײַן אײביק, און מײַן הילף אױף דָור-דורות.
9
דערװעק דיך, דערװעק דיך, באַקלײד דיך מיט שטאַרקײט, דו אָרעם פֿון גאָט; דערװעק דיך װי אין די טעג פֿון אַ מאָל, אין די דורות פֿון פֿאַרצײַטן.
10
ביסטו ניט דער װאָס האָט צעהאַקט רַהַבֿ, װאָס האָט דערשטאָכן די שלאַנג? ביסטו ניט דער װאָס האָט אױסגעטריקנט דעם ים, די װאַסערן פֿון דעם תּהָום דעם גרױסן; װאָס האָט געמאַכט די טיפֿענישן פֿון ים פֿאַר אַ װעג, פֿאַר די אױסגעלײזטע אַריבערצוגײן?
11
און די דערלײזטע פֿון גאָט זאָלן זיך אומקערן, און קומען קײן צִיון מיט געזאַנג, און אַן אײביקע שִׂמחה זאָל זײַן אױף זײער קאָפּ; שָׂשׂון-וּשִׂמחה זאָל זײ אָניאָגן, אַנטלױפֿן זאָלן טרױער און זיפֿצעניש.
12
איך, איך בין אײַער טרײסטער; װער ביסטו, זאָלסט מורא האָבןפֿאַר אַ מענטשן װאָס שטאַרבט, און פֿאַר אַ מענטשנקינד װאָס װערט צו גראָז געמאַכט?
13
און האָסט פֿאַרגעסן אָן גאָט דײַן באַשעפֿער, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען, און געגרונטפֿעסט די ערד; און האָסט געאַנגסט נאָכאַנאַנד אַ גאַנצן טאָגפֿאַרן גרימצאָרן פֿון דעם דריקער, װי ער האָט זיך אָנגעברײט אומצוברענגען; אָבער װוּ איז דער גרימצאָרן פֿון דעם דריקער?
14
גיך װערט דער געבױגענער אָפּגעבונדן, און ער װעט ניט שטאַרבן אין גרוב, און ניט געמינערט װערן װעט זײַן ברױט.
15
װאָרום איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס צערודערט דעם ים, און זײַנע אינדן ברומען, װאָס יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען.
16
און איך האָב אַרײַנגעטאָן מײַנע װערטער אין דײַן מױל, און מיטן שאָטן פֿון מײַן האַנט האָב איך דיך צוגעדעקט, כּדי צו פֿלאַנצן די הימלען, און צו גרונפֿעסטן די ערד, און זאָגן צו צִיון: מײַן פֿאָלק ביסטו.
17
דערװעק דיך, דערװעק דיך, שטײ אױף, ירושלים, דו װאָס האָסט געטרונקען פֿון גאָטס האַנטדעם כָּוס פֿון זײַן גרימצאָרן; דעם בעכער, דעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש, געטרונקען און אױסגעזױגן.
18
ניטאָ װער זאָל זי פֿירן, פֿון אַלע זין װאָס זי האָט געבאָרן, און ניטאָ װער זאָל האַלטן איר האַנט, פֿון אַלע זין װאָס זי האָט אױפֿגעצױגן.
19
די בײדע האָבן דיך געטראָפֿן – װער קען דיך באַקלאָגן? פֿאַרװיסטונג און בראָך, און הונגער און שװערד – װי קען איך דיך טרײסטן?
20
דײַנע זין ליגן געחלשטע אין אַלע עק גאַסן, װי אַ װילדציג אין נעץ; פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון יהוה, מיט דעם אָנגעשרײ פֿון דײַן גאָט.
21
דרום הער נאָר צו דאָס דאָזיקע, דו אָרימע, און פֿאַרשיכּורטע, אָבער ניט פֿון װײַן;
22
אַזױ האָט געזאָגט דײַן האַר יהוה, און דײַן גאָט װאָס נעמט זיך אָן פֿאַר זײַן פֿאָלק: זע, איך האָב אַװעקגענומען פֿון דײַן האַנטדעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש, דעם בעכער, דעם כָּוס פֿון מײַן גרימצאָרן; װעסט אים מער װידער ניט טרינקען.
23
און איך װעל אים אַרײַנטאָן אין דער האַנט פֿון דײַנע װײטוער, װאָס האָבן געזאָגט צו דײַן זעל: בײג זיך אײַן, מיר זאָלן אַריבערגײן; און האָסט געמאַכט װי די ערד דײַן רוקן, און װי די גאַס פֿאַר אַריבערגײער.