אידיש
1
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װוּ איז דער גט פֿון אײַער מוטער, אַז איך האָב זי אַװעקגעשיקט? אָדער װער איז פֿון מײַנע מאָנער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרקױפֿט צו אים? זעט, איבער אײַערע זינדזײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און איבער אײַערע פֿאַרברעכןאיז אײַער מוטער אַװעקגעשיקט געװאָרן.
2
פֿאַר װאָס בין איך געקומען, און קײן מענטש איז ניט געװען? גערופֿן, און קײנער האָט ניט געענטפֿערט? איז דען קורץ מײַן האַנט אױסצולײזן, צי ניטאָ קײן כּוח אין מיר, אײַך מציל צו זײַן? זעט, מיט מײַן אָנגעשרײ טריקן איך אױס דעם ים. איך מאַך פֿון טײַכן אַ מדבר; זײערע פֿיש װערן דומפּיק אָן װאַסער, און שטאַרבן פֿון דאָרשטיקײט.
3
איך קלײד די הימלען אין שװאַרצקײט, און מאַך זאַק זײער צודעק.
4
גאָט דער האַר האָט מיר געגעבןאַ צונג פֿון געלערנטע, צו װיסן צו העלפֿן דעם מידן מיט אַ װאָרט; ער װעקט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, ער װעקט מיר דאָס אױער, צו הערן אַזױ װי די געלערנטע.
5
גאָט דער האַר האָט מיר געעפֿנט דאָס אױער, און איך האָב ניט װידערשפּעניקט, ניט אָפּגעטרעטן אַהינטער.
6
מײַן רוקן האָב איך געגעבן צו די שלעגער, און מײַנע באַקן צו די פֿליקער; איך האָב ניט פֿאַרבאָרגן מײַן פּניםפֿון שאַנדן און שפּײַעכץ.
7
אָבער גאָט דער האַר װעט מיר העלפֿן, דרום װער איך ניט פֿאַרשעמט; דרום האָב איך געמאַכט מײַן פּנים װי קיזל, און איך װײס אַז איך װעל ניט אין בִיוש בלײַבן.
8
נאָנט איז מײַן גערעכטגעבער; װער װיל זיך לאָדן מיט מיר? לאָמיר זיך שטעלן באַנאַנד; װער איז מײַן בַעַל-דין? זאָל ער גענענען צו מיר.
9
זע, גאָט דער האַר װעט מיר העלפֿן; װער איז דער װאָס װעט מיך אומגערעכט מאַכן? זע, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעפֿאַלן, מאָיל װעט זײ אױפֿעסן.
10
װער איז צװישן אײַך װאָס האָט מורא פֿאַר גאָט, װאָס הערט צו דעם קָול פֿון זײַן קנעכט? װאָס איז געגאַנגען אין פֿינצטערניש, און האָט קײן ליכט ניט געהאַט? זאָל ער זיך פֿאַרזיכערן אױף דעם נאָמען פֿון יהוה, און זיך אָנלענען אױף זײַן גאָט.
11
אָט איר אַלע װאָס צינדט אָן אַ פֿײַער, װאָס גורט אָן פֿונקען – גײט אין דער פֿלאַם פֿון אײַער פֿײַער, און אין די פֿונקען װאָס איר האָט אָנגעצונדן! פֿון מײַן האַנט געשעט דאָס אײַך, אין װײטאָג װעט איר ליגן.